מכתב יומי
ג אלול תשפ
August 23 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעם די עצה פון התבודדות ותפילה; מען דארף נישט קיין גרויסע חכמות צו רעדן צום אייבערשטן, זאג ארויס א ווארט מיט א תמימות, דאס איז זייער חשוב אויבן אין הימל.
רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תלט) ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן, שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל - ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער; דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען דערפאר?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי - 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער. ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפ'ן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע וואס זענען געווען אנוועזנד האבן זיך צעלאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן, ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פאר'ן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.
די בחורים פארן שוין אהיים די וואך, איך און מיין משפחה קומען אהיים קומענדיגע וואך זונטאג כי תבוא. עס איז אריבער א שיינע זומער, א זומער פון תורה ותפילה, א זומער פון התחזקות באמונה אינעם אייבערשטן.
מאנטאג כי תבא וועלן מיר ווייטער ממשיך זיין ישיבה אין וויליאמסבורג פאר צוויי וואכן, ביז מיר פארן אם ירצה ה' קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.