מכתב יומי

ג סיון תשפ"ו

May 19 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, הארציגער חבר, זיי זיך מקבל צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא און הלכה. ביים אנהייב וועסטו נאכנישט פארשטייין אלעס וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו לערנען, זאלסט גורס זיין די ווערטער, זאג די ווערטער, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:), ווען א מענטש לערנט תורה און ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", און פון גרויס ליבשאפט צו די תורה, לערנט ער ווייטער אפילו ער פארשטייט נאכנישט וואס ער לערנט; "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פרייט זיך מיט יעדע ווארט תורה, דער אייבערשטער נעמט די ווערטער און פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, און עס ווערט פון זיי גרויסע 'ערבות' ביימער, עיין שם.


ליבער ברודער, זע אז דיינע טעג און דיינע יארן זאלן דיר נישט אריבער גיין מיט גארנישט און מיט נישט; פארוואס זאלסטו נישט אנהייבן לערנען תורה? די תירוצים דיינע זענען נישט קיין אמת'ע תירוצים, און אז דו האסט נישט קיין חברותא, דו האסט נישט קיין מסגרת וכדומה - הייב אן פאר דיר אליין לערנען, און אז מען האט דיך צעקלאפט אין דיינע יונגע יארן, מען האט דיר אויפגעוויזן אז דו וועסט שוין מער קיינמאל נישט זיין א תלמיד חכם - איז דאס נישט קיין תירוץ אויף נישט צו לערנען. נעם א משניות און הייב אן מסכת ברכות, זאג די ווערטער פון די משנה הויך מיט א געשמאק און מיט א זיסקייט, זאג א משנה נאך א משנה, ביז דו וועסט ענדיגן די ערשטע פרק, נאכדעם הייב אן פרק ב, און אזוי גיי ווייטער ביז דו וועסט ענדיגן די ערשטע מסכתא, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מסכת פאה; אזוי זאלסטו לערנען מסכתא נאך מסכתא, ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים. נאכדעם זאלסטו גיין צו סדר מועד, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ענדיגן ששה סדרי משנה, און אזוי זאלסטו טון מיט גמרא; הייב אן לערנען מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, זאלסט בעטן און וויינען צום אייבערשטן עס זאל זיך עפענען פאר דיר דיינע אויגן און דיין פארשטאנד, דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה, און אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט - זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער ביז דו וועסט קומען צו פארשטיין.


עס קען זיך הערן אינטערעסאנט, סתם זאגן די ווערטער, איז דאס דען לימוד התורה? ליבער ברודער, ערשטנס זאלסטו וויסן אז יא, דאס אליין איז לימוד התורה; די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה יט.): "לעולם ליגריס איניש", א מענטש זאל לערנען בגירסא, "ואף על גב דלא ידע מאי קאמר", אפילו ער פארשטייט נאכנישט דאס לערנען; און צווייטנס, דאס איז די וועג צו קומען צו פארשטיין, ווייל ווען מען איז מדקדק און מען וויל גלייך פארשטיין די טיפקייט פון יעדע ווארט תורה - טוט דאס מבלבל זיין דעם מענטש, און דאס קען אמאל צוברענגען אז מען זאל אפלאזן דאס לערנען, אבער אז מען לערנט מער אויפן שנעלן וועג, און אז מען פארשטייט נאכנישט אזוי קלאר גייט מען ווייטער, מען שטעלט זיך נישט אפ - דאס ברענגט א שטארקע חשק צו לערנען מער און מער, און דאס מאכט מען זאל פארשטיין דאס לערנען.


הייב שוין אן לערנען, קוק נישט אויף קיינעם, און זיי גרייט אז מען וועט דאס דיר אוועק מאכן, מענטשן וועלן שמייכלען, מען וועט לאכן וכו', אויך וועט מען זיך וועלן טענה'ען מיט דיר, ווייל אזוי גייט עס מיט יעדע זאך אין עבודת השם, ווי נאר א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת דארף ער אריבער גיין די מניעה אז מען שפעט און מען לאכט פון אים, און טאקע דערפאר הייבט אן דער הייליגע שלחן ערוך אין די ערשטע סימן: "ולא יבוש מפני המלעיגים עליו בעבודת השם יתברך", מען זאל זיך נישט שעמען פון די וואס שפעטן אפ פון דינען דעם אייבערשטן; ווייל דאס איז די וויכטיגסטע הקדמה איידער מען הייבט אן לערנען שלחן ערוך, צו וויסן אז עס גייען זיין מענטשן וואס גייען פון אים שפעטן; דערפאר זאלסטו זיין שטארק נישט אפצולאזן דאס לערנען די הייליגע תורה, און ביז א קורצע צייט וועסטו זוכה זיין אז עס וועט זיך עפענען פאר דיר דיינע אויגן און דיין שכל, דו וועסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.