מכתב יומי
ד אלול תשפ"ו
August 17 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דאס וואס גייט אריבער וכו', דאס וואס דו ביסט מיט אזויפיל בלבולים און חלישות הדעת; איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אזוי מוז זיין, אז דער ערליכער איד גייט אריבער יעדן טאג בלבולים מיט חלישות הדעת וכו' וכו', און אויב איינער האט נישט קיין שום בלבולים און חלישות הדעת, איז ער אין עולם התוהו, און עולם הדמיונות השם ישמרינו.
דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער, אים מבלבל צו זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אים מחליש דעת זיין ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן שטארק, זיך נישט באליידיגן וכו' און זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ וכו', ווייל ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן. נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן', דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו די נסיונות וואס רבי יודל גייט אריבער, און גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר ווערט פון 'שקר' 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".
ליבער ברודער, לאמיר מאכן פון שק"ר א קש"ר של קיימא נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן, און אפילו דער רבי אליינס איז מרחק זאל מען בלייבן שטארק ביים רבי'ן; דער רבי זאגט אויפן פסוק (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", דאס הייסט אז אפילו דער צדיק אליינס קריגט אויף אים, דאך גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק (שיחות הר"ן, סימן קה).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
כתיבה וחתימה טובה.