מכתב יומי
ד שבט תשפ"ו
January 22 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זיי א וותרן אין שטוב, געב נאך פאר דיין ווייב, קריג זיך נישט, אזוי וועסטו ציען די שכינה אין שטוב, און אז דיין ווייב האט דיך וויי געטון, זי האט דיר געזאגט א ווארט נישט ווי עס פאסט - זאלסטו איר פארגעבן און מוחל זיין. זיי נישט קיין נוקם ונוטר, עס איז א לאו אין די תורה זיך צו אפרעכענען מיט איינעם וואס האט וויי געטון, און נאך א לאו איז 'נוטר' דאס האלטן אין זיך (ויקרא יט, יח); אז דיין ווייב האט דיך וויי געטון זאלסטו דאס ארויסנעמען פון הארץ, מאך נישט קיין מחלוקות.
דו ווייסט אז געזונטע קינדער איז נאר ביי עלטערן וואס קריגן זיך נישט, א רחמנות אויף די קינדער וואס זעען ווי טאטע מאמע שרייען איינער אויפן צווייטן, א רחמנות אויף זיי, דאס ווארפט זיי אריין אין א פחד, זיי פארלירן זייער זיכערקייט, מען ליידט פון דעם אפילו ווען מען ווערט עלטער.
אז דו וועסט פרעגן, ווי אזוי נעמט מען ארויס פון הארץ ווייטאג? עס ליגט אין הארץ ווייטאג פון די ווייב, ווי זי האט זיך אויפגעפירט און ווי אזוי זי פירט זיך נאכאלץ, ווי קען מען זאגן נעם ארויס די ווייטאג? טייערער ברודער דער רבי געבט צוויי עצות, וואס אפילו עס איז אנגעפילט די הארץ מיט ווייטאג און פיינטשאפט קען מען דאס ארויסנעמען און האבן א גוטע שלום בית, די ערשטע עצה איז דורך 'דן זיין לכף זכות', מען זאל טראכטן אז זי האט נישט געוואלט, זי האט נישט געמיינט, זי האט נישט געוואוסט, זי איז געווען איבערגעשטרענגט, אדער גאר לויט איר דעה האלט זי אז דאס איז די ריכטיגע וועג זיך צו באגיין מיט מיר, זי וויל דאך נאר גוטס, זי האלט אז מען מוז שרייען אויף מיר און נאר אזוי וועל איך זיך טוישן וכו', דורכדעם קען מען ארויסנעמען די פיינטשאפט און די ווייטאג.
די צווייטע עצה איז דורך תפילה והתבודדות, זיך אויסרעדן מיטן אייבערשטן; גיין אין א שטילע ליידיגע ווינקל און שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דערציילן די גאנצע מעשה, ארויסזאגן אלע ווייטאג און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מאכן א נס אז מען זאל זיך צוריק ליב האבן, מען זאל ווייטער ממשיך זיין בויען די שטוב, די נעסט פאר די קינדער, און מיט תפילה קען מען פועל'ן ארויסצונעמען די ווייטאג און פיינטשאפט פון הארץ און האבן א זיסע ליבליכע שלום בית.
פארגעס נישט וואו מיר זענען, מיר זענען ביים רבינ'ס חדר, ביים רבינ'ס טיש. מוהרא"ש דערציילט אין די בריוו אסאך מאל די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן מיט איינער פון די תלמידים וואס האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב. אמאל איז דער רבי געזיצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה. וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? זאגט מוהרא"ש, דער אינגערמאן האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב, און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש; אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב - האט מען נישט קיין מח; מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.