מכתב יומי
ה ניסן תשפ"ג
March 27 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער אריז"ל זאגט, אלע פלאג וואס מען פלאגט זיך אריינצוברענגען דעם יום טוב פסח, ווער רעדט נאך ווען מען שוויצט וכו' - איז דאס מבטל אלע קליפות וואס מיר האבן באשאפן מיטן פוגם זיין בברית רחמנא לצלן.
עס איז געווען ביי אונזערע לייט וואס זיי פלעגן זיך מתבודד זיין ביים פסח'דיג מאכן, זיי פלעגן בעטן: "רבונו של עולם ראטעווע מיך פון חמץ, ראטעווע מיך פון עבירות, איך וויל זיין אן ערליכער איד".
וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן, ער נוצט אויס די טעג מיט תפילה והתבודדות; וועט ער זוכה זיין צו די קדושה פון פסח.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געב אכטונג אויף דיין שלום בית. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט בשם רבי נתן: "ווען מען האט שלום בית - איז דאס א תיקון הברית, און פארקערט חס ושלום, אז עס איז נישטא קיין שלום בית - איז דאס פגם הברית"; זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, בעט איבער דיין ווייב, וועסטו געראטעוועט ווערן פון שלעכטס.
מוהרא"ש זאגט, מען זעט ביי די סדר פון די קערה אז מען לייגט די "חסה" אנטקעגן די מידה פון "יסוד", וואס קומט דאס אונז ווייזן? אז ווען א מענטש איז זוכה אפצוהיטן מידת ה'יסוד' - איז דער אייבערשטער 'חס' אויף אים, מען היט אים אפ פון אלעם שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דראפע זיך און דערהאלט זיך. אפילו עס גייט אריבער אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות - זאלסטו זיך נישט אוועק רירן פון די אמונה, אין דעם מעסט זיך דאס גרויסקייט און שיינקייט פון א איד, ווען מען בלייבט שטארק מיט די אמונה, אפילו מען ליידט שווערע ביטערע יסורים.
מוהרא"ש זאגט, מען זעט ביי די סדר פון די קערה אז מען לייגט די "זרוע" אויף די רעכטע זייט אנטקעגן "חסד", די "ביצה" אויף די לינקע זייט אנטקעגן "גבורה" און די "מרור" ליגט אינמיטן אנטקעגן "תפארת"; וואס עפעס איז מרור אינדערמיט ביי תפארת? ווייל ווען עס גייט אריבער אויפן מענטש שווערע ביטערע נסיונות און ער דערהאלט זיך, ער בלייבט אינדערמיט, ער בייגט זיך נישט אוועק - דאס איז די שיינקייט און גרויסקייט פון א איד.