מכתב יומי

ה שבט תשפ"ד

January 15 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד נישט קיין ניבול פה און בלייב נישט זיצן ביי א שמועס וואס מען רעדט ניבול פה, ווייל ניבול פה ברענגט ביטערע צרות; ווער ווייסט פון וואס די צרות וואס דו גייסט אריבער קומען? גיי אראפ פון די גרופ וואס מען שיקט דארט ניבול פה, מען ליידט שרעקליכע צרות אין לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות ח:): "אפילו נחתם לו גזר דינו של שבעים שנה לטובה, נהפך עליו לרעה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו עס איז אים אנגעשריבן א גוטע לעבן פאר די קומענדיגע זיבעציג יאר - דרייט זיך עס איבער אויף שלעכט.


האב נישט מורא פון די וואס רעדן ניבול פה, וועסט נישט ווערן א נעבעך אז דו וועסט אראפגיין פון די עקלדיגע גרופס. וויפיל תפילות זענען די צדיקים מתפלל פאר אונז און מיט די ניבול פה קענען זיי נישט קומען צו אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם נעכטן איז געווען די חתונה פון מיין זון הרב שמעון נרו יאיר מיט א טאכטער פון ר' אברהם משה שטראססער, מיין טאטע שליט"א איז געווען דער מסדר קידושין, עס איז געווען א הערליכע חתונה, מען קען גארנישט באשרייבן די געפילן וואס מען האט געשפירט ביי די שמחה.


לערן יעדן טאג דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, עס זאל נישט אריבערגיין איין טאג אן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, דאס איז אונזער איינציגסטער טרייסט מיר זאלן זוכה זיין צו תשובה און צו תיקון המעשים. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט די וואך אין די פרשה (ספר נועם אלימלך, ערשטע שטיקל) פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו: "בא אל פרעה", קום צו פרעה, "כי אני הכבדתי את לבו", ווייל איך האב הארט געמאכט זיין הארץ נישט ארויס צו לאזן די אידן פון מצרים, אויב אזוי וואס האט משה רבינו צו גיין צו אים, ער האט דאך א הארטע הארץ, ער וועט דאך נישט צוהערן?! זאגט דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, א רשע לויפט אלץ צוריק צו שלעכטס, און אפילו ער זעט ווי דער אייבערשטער מאכט וואונדער - פאלט ער אלץ צוריק צו זיין שלעכטס, "אבל כשהצדיק מדבר אליו יום יום", אבער ווען דער צדיק רעדט צו אים טאג נאך טאג – "יכול להיות מתקיים בידו זמן רב", וועט זיך עס האלטן ביי אים א לאנגע צייט.


דעם שבת וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל לכבוד די שבע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.