מכתב יומי
ו אדר תשפ"ג
February 27 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שריי צום אייבערשטן, דאס איז די וועג ארויס צו קריכן פון די בלאטע; אפילו דו זינקסט טיפער און טיפער אין בלאטע, דו פאלסט אין עבירות - זיי זיך נישט מיאש, נאר שריי: "העלף מיר טאטע! נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע!"
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".
מען הויבט היינט אן א פרישע מסכתא אין ירושלמי, מסכת דמאי; עס איז גוט אז דו זאלסט מאכן א פרישע התחלה, לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, בוי זיך א ב'י'ת' נצחי, אויך איז דאס מסוגל צו האבן אן אייגענע הויז.
אויב דו ווייסט פון גוטע אידן וואס טיילן צדקה פורים און האבן א געפיל צו אונזער מוסד - זאלסטו פרעגן אויב די בחרים קענען קומען פורים, און זיי מודיע פאר שמעון פיש נרו יאיר, אזוי וועסטו העלפן די ישיבה, מען קען אמאל מער העלפן אזוי ווי מיט די אייגענע געלט.
היינט נאכט וועט זיין א צאמקום אין שטעטל פאר די פרויען, מען וועט רעדן וויכטיגע זאכן, מארגן וועט דאס זיין אין שטאט; זע דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחזק זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.