מכתב יומי
ז אב תשפ"ה
August 01 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, חזון, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת ערב ט' באב גייט נישט אן קיין שום הלכות אבילות, מען מאכט נישט קיין סעודה המפסקת, מען פירט זיך שבת אזוי ווי מען פירט זיך אלע שבתים מיט שמחה און מיט ליבשאפט.
מוהרא"ש זאגט נאך פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, וואס האט געזאגט: "ווער עס האט הייליגע אויגן קען זען 'שבת חזון' ווי דער בית המקדש השלישי בויט זיך אויף".
עס איז דא ביי געוויסע פלעצער וואס מען טרויערט דעם שבת, מען קרעכצט וכו', ביי אונז מאכט מען נישט קיין שום אבילות שבת חזון, מען זינגט לכה דודי אזוי ווי אלע וואכן, און מען ליינט די פרשה אזוי ווי אלע וואכן, מען זינגט נישט דעם פסוק (דברים א, יב): "אֵיכָה אֶשָּׂא לְבַדִּי" מיטן ניגון פון איכה, אלעס גייט אן מיט שמחה און מיט ליבשאפט צום אייבערשטן.
ביי צדיקים האט מען געפראוועט שבת חזון ערב ט' באב א געהעריגע שלש סעודות, און אזוי וועלן מיר אויך טון. מיר וועלן זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, זינגען פארן אייבערשטן, און מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט דעם רבינ'ס התחזקות.
מוצאי שבת ביים זמן רבינו תם גייט מען אהיים, מען טוט זיך אויס די שיך, און מען טוט זיך אן וואכענדיגע קליידער, (נישט קיין פרישע קליידער מען לייגט אוועק די קליידער פון פרייטאג פאר מוצאי שבת). מען קומט אין שול דאווענען מעריב, נאך מעריב מאכט מען די ברכה בורא מאורי האש, און נאכדעם זאגט מען איכה.
זאלסט ברענגען דיינע קינדער אין שול און זיי זעצן נעבן דיר, זיי זאלן מיט זאגן מיט דיר איכה. די קליינע קינדער זאלסטו לייגן שלאפן, (די קינדער וואס פאסטן נישט און אויך די פרויען וואס קענען נישט פאסטן - די עסן אן הבדלה, און מוצאי ט' באב הערן זיי הבדלה).
מוצאי ט' באב די יאר ווען מען דארף מאכן הבדלה, פאסט מען נישט אויס אין שול, מען דארף אהיים גיין מאכן הבדלה פאר די ווייב מיט די קינדער.
א גוט שבת.