מכתב יומי

ז חשון תשפ"ד

October 22 2023

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת נח בין איך געווען ביי מיינע עלטערן, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין א שבת ביי זיי, איך האב זייער אסאך קונה געווען ווי צו פירן א שבת טיש מיט שמחה. מיין טאטע שליט"א מאכט הערליכע סעודות; מען זינגט, מען רעדט דברי תורה, אויך מאכט מען פרייליך פאר די קינדער, אלע זיצן פול מיט שמחה.


שבת נאכמיטאג בין איך געווען אין אונזער שטיבל, מען האט אפגעשמועסט אז עס וועט זיין א שיעור אום פינף דרייסיג. מיר האבן גערעדט פון די בלעטל וואס די פייגל האט צוריק געברענגט אין איר מויל, און אזוי האט נח געוואוסט אז מען קען שוין ארויסגיין, עס איז מער נישט קיין סכנה. דאס מיינט מען די בלאט גמרא; אז מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו אן פארשטיין, מען זאגט די ווערטער - דעמאלט ווערט מען נישט פארשוועמט אינעם מבול, אזוי אויך די בלעטל פון רבינ'ס התחזקות און עצות.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר זיין הסתלקות: "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט, (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, רבי נתן האט מרמז געווען אויף זיך אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר) און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", דאס איז די בלעטל וואס די טויבעלע האט געברענגט פאר נח, אים ווייזן אז עס וועט קומען א רבי וואס וועט ראטעווען די וועלט פון ווערן פארשוועמט.


עס איז געווען זייער געשמאק צו זיצן מיט אנשי שלומינו. די בארא פארקער חבריא איז זייער א שיינע, מען האט זיך ליב, מען שפירט דאס גלייך ווי נאר מען קומט אריין אין שטיבל. מען דארף אבער אסאך תפילה נישט צו ווערן פארשלעפט פון די אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפן רבי'ן, מען דארף געדענקען וואס איז אריבער אויף רבי נתן און וואס האט אים דערהאלטן ווען ער האט געהערט אלע לשון הרע'ס. ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט דער רבי געזאגט די תורה פון ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן ה'); פאר רבי נתן איז פארענטפערט געווארן א שטארקע קשיא, עס האט אים לאנגע יארן געשטערט 'וואס איז די זאך פון מחלוקות אויף צדיקים? וואס רעדט מען אויף צדיקים, וואס דארף מען הערן נישט גוטע זאכן?' און די ווערטער וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


איך בין צוריק געגאנגען צו מיין טאטע דאווענען, ווייל דאס איז מיין מצוה פון כיבוד אב ואם. אפילו אין די צייטן וואס איז א חשיבות צו דאווענען מיט אנשי שלומינו, ווי צום ביישפיל יום טוב שבועות; אויב בין איך איינגעשטאנען ביי מיינע עלטערן - בין איך געבליבן דאווענען ביי זיי צוליב כיבוד אב ואם. איין יאר האב איך זייער געוואלט דאווענען מיט מוהרא"ש יום טוב שבועות, איך האב געוואלט האבן די זכות פון ניצול ווערן פון עולם התוהו, וואס דער רבי האט געזאגט, ווער עס וועט קומען צו אים אין די דריי זמנים 'ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות' - וועט געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו, בין איך געגאנגען דאווענען ותיקין ביי מוהרא"ש, און נאך ותיקין בין איך געבליבן אויף און מיטגעדאווענט ביי מיין זיידע (נישט איבער געדאווענט, נאר זיך מתבודד געווען אפאר שעה אונטערן טלית). איך האב געוויסט אז אויב שטיי איך איין ביי מיינע עלטערן - דארף איך זיי זייער מכבד זיין, און אז זיי וועט שטערן אז איך גיי דאווענען ערגעץ אנדערש - בין איך געבליבן אויף וכו'.


שבת אינדערפרי בין איך אויך געגאנגען צו אונזער שטיבל, איך האב געוואלט אפילו פאר אפאר מינוט זיצן אין די פיר ווענט פון היכל הקודש, לערנען אביסל מיינע שיעורים, אבער עס איז געווען פארשפארט; בין איך צוריק געגאנגען, איך האב געלערנט מיינע שיעורים; ח"י פרקים משניות, יום תהילים, גמרא, זוהר, ועוד - ביי מיין טאטע אין שול.


דיר בעט איך זייער, רוף דיינע עלטערן יעדן טאג, און אז דו וואוינסט נעבן זיי - זאלסטו יעדן טאג זיי גיין באגריסן, אפילו פאר א מינוט, גיין זאגן "א גוט מארגן", אדער "א גוטן טאג", אדער "א גוטן אווענט", מחי' זיין עלטערן און ארויסהעלפן מיט וואס זיי דארפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.