מכתב יומי

ז ניסן תשפ"ג

March 29 2023

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט, דער הייליגער בית יוסף האט זוכה געווען אז מען האט אנגענומען זיין ספר, דער שלחן ערוך - צוליב די גרויסע ענוה וואס ער האט געהאט, און דער רמ"א האט זוכה געווען אז מיר אלע פסק'נען ווי דער רמ"א בזכות וואס ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה פון צדקה.


מוהרא"ש דערציילט, אין שטאט קראקא, דער שטאט וואו דער הייליגער רמ"א איז געווען רב - האט געוואוינט א שיכור יענקעלע, ער פלעגט יעדן טאג נאכן ענדיגן ארבעטן נעמען די געלט וואס ער האט פארדינט און דאס אויסטרינקען. איינמאל האט ער געהערט ווי אן ארעמע פרוי אן אלמנה זינגט זיך אזוי אונטער: "רבונו של עולם, יענקעלע גייט טרינקען ביר און ברוינפן און איך האב נישט אויף שבת צו מאכן", יענקעלע שיכור האט דאס געהערט און ער האט דאס נישט געקענט אראפשלינגען, ער האט גענומען די געלט און געלייגט ביי די טיר פון די אלמנה, ער איז אהיים און ער איז נפטר געווארן.


יענע נאכט, דער רמ"א זיצט אין שטוב און לערנט די הייליגע תורה, פלוצלונג קומט אריין א איד, יענקעלע און זאגט: "איך רוף דיך צו דין תורה אויבן אין הימל", דער רמ"א האט געמיינט ער מאכט שפאס, דער יענקל איז געווען א באקאנטער שיכור פון קראקא, ער האט זיך נעבעך געוואלגערט אין די גאסן, נישט אויפגעהערט טרינקען. דער רמ"א זאגט אים: "שטער מיך נישט פון לערנען, מאך נישט קיין חוזק פון מיר", אבער יענקעלע דער שיכור זאגט: "דער רב זאל מיך גלייבן, איך בין שוין א נפטר, איך האב א טענה צום רב".


דער רמ"א האט זיך אביסל דערשראקן, ער טראכט 'ווי אזוי איז ער אריינגעקומען צו מיר אין שטוב? עס איז דאך פארשפארט די טיר, זעט אויס עס איז נישט קיין וויץ'. ער פרעגט אים: "וואס איז דיין טענה אויף מיר?" זאגט ער: "דער רב פלעגט אלץ גיין נאך געלט אבער דער רב איז קיינמאל נישט געקומען צו מיר בעטן צדקה, יעצט ווען איך בין א נפטר זע איך אז צדקה ראטעוועט פון טויט, צדקה נעמט אראפ אלע עונשים, פארוואס האט דער רב נישט געבעטן פון מיר געלט?" האט דער רמ"א געזאגט: "ביזט גערעכט, גיי צום בית דין של מעלה און זאג 'איך רבי משה איסרליש טו תשובה, און פון היינט אן גיי איך מזכה זיין יעדן איינעם מיט די מצוה פון צדקה'".


על כן, איך וויל נישט דו זאלסט מיך רופן צו די דין תורה, וויל איך דיר יעצט בעטן דו זאלסט גיין נאך געלט צאמנעמען פאר קמחא דפסחא פאר אידן וואס דארפן געלט אויף יום טוב, און ברענג עס פאר די גבאים פונעם בית התבשיל, אדער דער גבאי פון ירושלים יצחק נרו יאיר, וועסטו נישט דארפן האבן צוטון מיט קיין דין תורה'ס.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


---


בעזרת ה' יתברך- יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעם דיינע קינדער מיט דיר, לאז זיי נישט אויף הפקר, נעם זיי מיט דיר באקן מצות, שעפן מים שלנו און אנדערע הכנות. עס איז וויכטיג אז די קינדער זאלן זיין פארנומען מיט די פסח הכנות, זיי זאלן אלעס מיטהאלטן. דיינע געלט זאכן וכו' - דארפן זיי נישט מיטהאלטן, און ווען דו גייסט נעמען די קאר פונעם דילער - איז נישט וויכטיג זיי זאלן מיטגיין, אבער מצוות און די הכנות פאר מצוות - זאלסטו זיי אלץ מיטנעמען מיט דיר.


אזוי אויך ווען דו גייסט צום דיין פארקויפן די חמץ - גיי מיט דיין זון, און ווען דו גייסט שעפן מים שלנו - נעם מיט דיין זון, און ביים באקן מצוות. אויך ביים פסח מאכן שפאן-אן די קינדער זיי זאלן אויפוואקסן מיט די הכנות פאר מצוות.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געזען איינעם פון אנשי שלומינו ווי ער גייט יעדן טאג מיט זיין זון ביים ארון קודש און שטייט דארט אפאר מינוט, האט ער אים געפרעגט: "וואס טוסטו דא?" זאגט ער: "איך לערן אויס מיין קינד צו רעדן צום אייבערשטן". (ווי עס זעט מיר אויס איז די מעשה געווען ביי מוהרא"ש אליינס).


בנוגע אוועקפארן; פסח איז א יום טוב וואס מען איז אין שטוב, מען מישט זיך נישט מיט קיינעם, מען גייט נישט צו קיינעם. פסח איז מען אדער ביי זיך אין שטוב אדער ביי די עלטערן.


איך יאג זיך זייער, איך דארף העלפן מיט די הכנות אריינצוברענגען דעם יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.