מכתב יומי

ז שבט תשפ"ד

January 17 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה, דאס איז דיין תיקון, נעם א זעקל ספרים און קונטרסים, גליונות און סידיס, און גיי ביי די הייזער און אין שול'ן; דאס וועט פאררעכטן אלע פגמים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - איז מען מתקן אלע פגמים פון פגם הברית.


נישטא א זאך וואס מען ווערט דורכדעם באליבט ביים אייבערשטן אזוי ווי דער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די מוסדות, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין אמעריקע; אין ארץ ישראל נעמען מיר נישט קיין געלט פון די מדינה הטמאה, און אויך דא אין אמעריקע נעמען מיר נישט אלע פראגראמען, מיר לייגן נישט ארויף די קינדער אויף די ליסטע פון משוגעים אזוי ווי אלע טוען. יארן צוריק האט מיר מנחם מענדל געפרעגט אויב ער זאל מאכן די פראגראם פאר די מוסד, איינגעבן אז די קינדער זענען נישט נארמאל און די רעגורנג וועט געבן טויזנטער דאלער א חודש פאר יעדן קינד; חס ושלום, ביי אונז איז נישטא די זאכן, ביי אונז זענען אלע קינדער געזונט. אויך נעמען מיר נישט די פראגראם פון טייטל וואן. איך מוטשע זיך זייער, איך דארף דו זאלסט בעטן פאר מיר פאר ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו ביסט פול מיט נישט גוטע זאכן - אבער א גוי ביסטו נישט, און מיט דעם אליינס דארפסטו זיך זייער פרייען, אז 'שלא עשני גוי, איך בין נישט קיין גוי, איך בין א איד'.


מוהרא"ש דערציילט, ער איז אמאל געווען א שבת ביי איינעם אין שטוב און שבת נאכמיטאג האט ער געזען אין שאנק אן אלטע סידור מיט די ברכה: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שעשני יהודי"; ווייל די סידור איז געדרוקט געווארן אין די צייטן פון די רדיפות אויף אידן, און די צענזור האט נישט געלאזט דרוקן די ברכה 'שלא עשני גוי', נאדעם האט מוהרא"ש איינגעדרימלט און ער חלומ'ט זיך א שטארקע קשיא, פארוואס מאכט מען די ברכה אויף א וועג פון 'איך בין נישט קיין גוי', פארוואס מאכט מען נישט די ברכה 'שכוח אייבערשטער איך בין א איד', האט מוהרא"ש מחדש געווען אין חלום, וואלט מען ווען געמאכט די ברכה 'ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שעשני יהודי, איך בין א איד' - וואלטן די עצבות'דיגע מענטשן נישט געמאכט די ברכה, זיי וואלטן געטראכט מרוב עצבות ומרה שחורה 'בין איך דען א איד?', דערפאר מאכט מען די ברכה 'שלא עשני גוי', אז אפילו אן עצבות'דיגער מענטש וואס שפירט ביי זיך טויט, ער זעט זיך דער ערגסטער מענטש, דער גרעסטער בעל עבירה - קען אויך אויסשרייען: "א גוי בין איך נישט, גע'מל'עט בין איך!"


נעכטן נאכט איז געווען שבע ברכות ביי מיין שווער, הרב הצדיק רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. מיין שווער האט נאכגעזאגט פון הייליגן בני יששכר פייערדיגע ווערטער, אויב א מענטש איז מסופק צי דער אייבערשטער נעמט אן זיין תשובה, אויב ער קען נאך אמאל תשובה טון - איז דאס אפיקורסות, ווייל ביי א מענטש וואס פארטשעפעט זיך מיט א צווייטן מענטש, ער בעט איבער און יענער איז אים מוחל, און ער קומט נאכאמאל טשעפען און נאכאמאל איבערבעטן - וועט דער מענטש יענעם זאגן: "אלעס האט א גבול", אבער דער אייבערשטער איז נישט מוגבל, דער אייבערשטער איז א חנון המרבה לסלוח, מען קען אייביג פאררעכטן, מען קען אלץ מתקן זיין, אפילו מען האט שוין טויזנט מאל געזאגט מען גייט שוין נישט טון קיין שלעכטס - קען מען נאכאלץ פאררעכטן.


איך דארף גרויסע ניסים צו קענען אנגיין מיט די מוסדות, סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. די גאנצע עול פון צאלן מלמדים איז געפאלן אויף מיר, איך האב נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן, איך פארלאז זיך נאר אויף אים, ער האט געמאכט ניסים מיט מיר ביז אהער און איך גלייב אז ער וועט מיך ווייטער נישט פארלאזן. איין זאך בעט איך דיר, לייג מיך אריין אין דיינע תפילות, מאך א תפילה פאר מיר יעדן טאג, איך זאל קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עוז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.