מכתב יומי

ז שבט תשפ"ה

February 05 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שובבי"ם איז א צייט וואס מען מען קען אלעס פאררעכטן, דער רבי האט אונז געזאגט נישט עוסק זיין אין תעניתים און סיגופים, דער רבי האט אונז געגעבן אנדערע עבודות; לערנען און דאווענען, און זיין פרייליך א גאנצן טאג.


זיי זיך קובע א שיעור אין לערנען משניות, אין אנהויב וועט דיר זיין שווער צו פארשטיין, זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. זאג משניות א פרק נאך א פרק, מי יתן אז דו וועסט קענען זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס איז מטהר ומזכך די נשמה פון אלע פלעקן. מוהרא"ש זאגט משניות איז אזוי ווי סטי"ל ווא"ל וואס נעמט אראפ אלע שמוץ פון כלים, אזוי אויך משניות, עס נעמט אראפ אלע שמוץ פון די נשמה. אפילו ווער עס איז נעבעך געפאלן אין שאול תחתית, ער זינדיגט אין עבירות, אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג משניות בעקשנות, ער וועט זאגן יעדן טאג כמה פרקים משניות - וועט ער אלעס מתקן זיין. דער הייליגער רבי זאגט, (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו לערנען גמרא בגירסא. זאג גמרא, אין אנהויב זאלסטו נאר זאגן גמרא, א בלאט נאך א בלאט. מוהרא"ש זאגט, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוֹרְתָּא תְּהֵא", זאגן צדיקים אויף דעם, דאס איז א לשון פון "לְ'זַמֵּר' אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", דאס שניידט אוועק אלע שלעכטס. גמרא פארברענט אלע קליפות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


איך האב נאך אסאך דיר צו שרייבן, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי דארפן אסאך חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.