מכתב יומי

ח אב תשפ"ד

August 12 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו וועסט מיר העלפן די יאר מיט די קאמפיין, מיר האבן נישט קיין שטיצע פון די גאס, מיר זענען אנגעוואנדן אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו זאל צאמנעמען צדקה און ארויסהעלפן.


אז דו ביסט נעבעך אראפגעפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, דו ביסט אין גיהנום, אין שאול תחתית - זאלסטו אנהויבן לערנען משניות, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון גיהנום. עס ווערט געברענגט (מדרש תלפיות אות אל"ף, סוף ענף "אפוד") אז אשר בן יעקב זיצט ביים טויער פונעם גיהנום און לאזט נישט אריין די אלע וואס האבן געלערנט אסאך משניות; אזוי אויך די וואס זענען שוין אנגעקומען אין גיהנום, בזכות לימוד משניות גייט מען ארויס פון גיהנום.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א), מען קען נישט מכניע זיין דעם יצר הרע וואס מאכט משוגע דעם מענטש צו טון עבירות, נאר דורך לערנען תורה, דער רבי זאגט אז די תורה איז ווי א שטעקן, די תורה איז ווי די אות ו'; זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ו' סדרי משנה; מיט די משניות שלאגט מען די רוח שטות און מען ווערט נארמאל, מען ווערט אויסגעהיילט פון אלע תאוות.


דיין רפואה איז משניות; אז דו וועסט זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג משניות - וועסטו ווערן אויסגעהיילט פון אלע גייסטישע פראבלעמען, וועסט זען וואונדער, אויך וועסטו באקומען סבלנות, וועסט זיך נישט כעס'ן אויף יעדע זאך.


איך בעט דיר נאכאמאל, יעצט ביי די קאמפיין - די פאר טעג - זאלסטו רופן דיינע פריינד, דיין משפחה, דיינע שכנים, דיינע באקאנטע - בעטן צדקה, אויך קענסטו גיין ביי די הייזער, ביי די קאנטריס - בעטן צדקה פאר ברסלב; שעם זיך נישט מיט היכל הקודש. דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי (חיי מוהר"ן, סימן רטו), בשעת ער איז געזיצן ביי א שלום זכר און אים געבעטן ער זאל זינגען א ניגון, אבער רבי נפתלי האט זיך געשעמט און איז געבליבן שטיל, האט אים דער רבי געזאגט: "ר' נפתלי וואס שעמסטו זיך? בשבילנו נברא העולם, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן פאר אונז", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) אויפן פסוק (קהלת יב, יג): "'כִּי זֶה כָּל הָאָדָם', כָּל הָעוֹלָם לֹא נִבְרָא אֶלָּא בִּשְׁבִיל זֶה", די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן נאר פאר דעם צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.