מכתב יומי

ח טבת תשפ"ד

December 20 2023

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געווען אין שטעטל, עס איז געווען א מסיבה ביי האברך יואלי מענדלאוויטש נרו יאיר, ער האט געמאכט א מסיבה צו קענען באצאלן מלמדים אין צייט. איך בין געפארן מיט די כוונה צו געבן חיזוק פאר די אינגעלייט וואס זענען געקומען העלפן צאלן די מלמדים אין צייט, למעשה בא ללמד ונמצא למד, איך בין פון דארט אהיים מיט אזא גוטע געפיל; די אינגעלייט דארט זענען אזוי טייער, אזוי פריש. יעדעס מאל איך גיי אין שטעטל, איך טרעף זיך מיט אנשי שלומינו - ווער איך איבערגענומען פון זייער פרישקייט; עס נעמט טאקע צו פארן צוויי שעה אהין און צוויי שעה צוריק, און דאס דארט זיין נאך א צוויי שעה, אינאיינעם זעקס שעה - אבער עס לוינט זיך צו זען די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו.


מיר האבן גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון צאלן שכר לימוד, אז דאס וואס מען זאגט מען האט נישט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד - איז נישט אמת, ווייל פאר אנדערע זאכן צאלט מען אפילו מען האט נישט קיין געלט. די זאך איז, די וואס צאלן נישט קיין שכר לימוד, ביי זיי איז די גאנצע זאך פון (דברים יא, יט): "וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם לְדַבֵּר בָּם", די מצוה פון לערנען תורה מיט די קינדער - א נישט וויכטיגע זאך, דעריבער צאלט מען נישט; והא ראי' ביי אנדערע זאכן צאלט מען יא, אן האבן געלט.


מען זעט קלאר, די וואס צאלן שכר לימוד באקומען צוריק דאס געלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה טז.) דער אייבערשטער זאגט: "לוו עלי, ואני פורע", בארג געלט און איך וועל באצאלן, דאס גייט ארויף אויך אויף שכר לימוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה ועד יום הכפורים", ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל געלט דער מענטש וועט פארדינען דעם יאר, "חוץ מהוצאת שבתות, והוצאת יום טוב, והוצאת בניו לתלמוד תורה", חוץ וואס א מענטש דארף האבן פאר שבת און יום טוב, און פאר שכר לימוד, "שאם פוחת פוחתין לו, ואם הוסיף מוסיפין לו", אויב צאלט מען נישט שכר לימוד - באקומט מען ווייניגער געלט, און אויב צאלט מען שכר לימוד - באקומט מען בדרך נס נאך געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג, ריר נישט אן יענעמ'ס געלט, באצאל יעדן וועם דו ביסט שולדיג. עס איז זעלטן צו געפינען ערליכע בעלי בתים וואס פארדינען אן קיין גניבה, אן אנרירן יענעמ'ס געלט. אויב חס ושלום מען נעמט אוועק פון א צווייטן א פרוטה, מען גנב'עט אדער מען בארגט און מען באצאלט נישט - וועט מען דארפן מגולגל ווערן, עס וועט גארנישט נוצן; געב זיך אכטונג פון גניבה.


מוהרא"ש זאגט, אפילו פשוט'ע מענטשן וואס זענען רוב טאג באשעפטיגט מיט משא ומתן קענען אויך זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, בתנאי אז מען רירט נישט אן א צווייטנ'ס געלט. מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי מאיר פון פרימישלאן זכותו יגן עלינו, ער טייטשט דעם פסוק (שמות כב, ז): "וְנִקְרַב בַּעַל הַבַּיִת אֶל הָאֱלֹקִים", אפילו א פשוט'ער בעל בית קען אויך ווערן נאנט צום אייבערשטן, נאר בתנאי – "אִם לֹא שָׁלַח יָדוֹ בִּמְלֶאכֶת רֵעֵהוּ", נאר אויב ער גנב'עט נישט, ער פאפט נישט.


איידער דו טיילסט צדקה זאלסטו קודם באצאלן די וועם דו קומסט געלט, שפיל נישט שיינער איד ווען דו קומסט געלט; מאך זיך א חשבון וועם דו קומסט געלט און באצאל יעדן איינעם, וואש אפ די הענט, זאלסט נישט האבן קיין בלוט, קיין שום גניבות.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.