מכתב יומי
ט אייר תשפ"ג
April 30 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
כאפ א טענצל אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר. מוהרא"ש דערציילט, אין די צייטן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א בחור, א פשוט'ער בחור, ער פלעגט גיין אין פעלד און זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס קען איך דיר געבן? געלט האב איך נישט און לערנען קען איך נישט, איין זאך קען איך, איך קען זיך פרייען מיט דיר, איך קען טאנצן אז איך בין א איד", און ער פלעגט טאנצן מיט אזא שמחה; האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "דער בחור האט אראפגענומען פון זיך און פון אלעמען אלע דינים".
דו מוזט טאנצן, עס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.