מכתב יומי

ט שבט תשפ"ד

January 19 2024

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו אלעס אבי עס זאל זיין שלום אין שטוב, בייג זיך אראפ אבי עס זאל זיין שלום, זיי מוחל דיין ווייב, האלט נישט קיין רוגזא אין דיר; ווייל אלע זאכן וואס שטערט דיך פון דיין ווייב - דאס איז אלעס מעשה שטן, ער וויל צעשטערן די שלום אין שטוב.


נעכטן זאגט מיר א אינגערמאן אז עפעס טוט זיין ווייב און עס שטערט אים זייער, עד כדי כך אז ער עקלט זיך פון איר; זאג איך אים: "טייערער ברודער, עס איז נישט דאס און נישט יענץ, עס איז מעשה שטן, דיך שטערט דאס, א צווייטן שטערט עפעס אנדערש"; יעדער האט עפעס א זאך וואס דאס שטערט אים, ווען באמת איז אלעס אונטערגעשטעלט פונעם שטן, חרוב מאכן די שלום בית.


נישט איך זאג דאס, דער רבי זאגט דאס, און מוהרא"ש האט דאס טויזנטער מאל גע'חזר'ט פאר אונז, די ווערטער פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט ווי ער קען אוועק נעמען די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


א פרייליכן שבת.


---


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בא, שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


די תורה האט דער רבי געזאגט ווען דער רבי האט געפרעגט רבי נתן: "ביסטו פרייליך שבת?" האט רבי נתן געזאגט: "צומאל בין איך פרום", האט דער רבי אים געזאגט: "שבת דארף מען זיין נאר פרייליך".


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין שבת נאר פרייליך, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן א גאנץ שבת"; לייג צו דיינע אייגענע תפילות.


א פרייליכן שבת.