מכתב יומי
טו אלול תשפ"ג
September 01 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס קומט שבת, שבת ווערט מען צוגעקלעבט נאך מער צום אייבערשטן, שבת איז א צייט וואס מען ווערט זייער נאנט צום אייבערשטן, דארפסטו זיך זייער פרייען און טון אלעס אויף דער וועלט צו זיין א גאנץ שבת פרייליך.
עס איז נאך געבליבן צוויי שבתים די יאר, מיר קענען אין די צוויי שבתים פאררעכטן אלע שבתים פון די יאר; אז דו וועסט זיין פרייליך שבת, דו וועסט זיין בשלום - וועסטו אלעס מתקן זיין פונעם גאנצן יאר.
קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אז זי שיקט דיך צום רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.