מכתב יומי
טו תמוז תשפ"ד
July 21 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז נאך דא א תיקון פאר דיר פארן פוגם זיין בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; זאגן יעדן טאג אפאר פרקים משניות. רבי נתן דערציילט, ער האט געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
---
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מעכי נרו יאיר האט מיך מזכה געווען היינט צו גיין באזוכן אין תפיסה טייערע אידן. ווען איך בין דארט געזיצן און געזען וואס מען טוט פאר די ארעסטאנטן האב איך נאר געטראכט פון דיר, וואלסטו נאר געגאנגען באזוכן די טייערע אידן וואס זענען פארשפארט פאר אזוי לאנג - וואלסטו ווייניגער געקרעכצט, וואלסט געווען דאנקבאר פאר יעדע זאך, וואלסט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז דו קענסט גיין, קענסט קומען, ביסט א מענטש.
לערן יעדן טאג גמרא, הלואי וואלסטו געלערנט א בלאט גמרא, וואלסטו זיך איינגעשפאָרט אזויפיל פראבלעמען. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ז) מען האט געזאגט פארן קעניג אז ער דארף נישט מורא האבן פון די אלע מענטשן וואס ווילן אים הרג'ענען: "כל זמן דער דף באשיצט דיך, דארפסטו קיין מורא נישט האבן"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.