מכתב יומי

י אב תשפ"ו

July 24 2026

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט, שטענדיג געפאלט שבת נחמו אום פרשת ואתחנן, ווייל 'ואתחנן' איז א לשון 'תפלה', און נאר דורך תפלה קענען מיר זיך טרייסטן; ווייל פון יעדע צרה און פון אלע שווערע זאכן וואס גייען אריבער, אויב ווייסט דער מענטש פון תפלה, ער ווייסט אז ער קען בעטן דעם אייבערשטן, ער קען אויסשמועסן זיין ווייטאג מיטן אייבערשטן - אזוי קען מען זיך טרייסטן, דער מענטש איז מער נישט קיין פארלוירענער, פון יעדע מצב וועט ער זיך קענען ארויס זען.


אזוי אויך, ווען עס קומט צו עבודת השם, מען זעט אז מען האלט און איין פאלן אין עבירות, וויפיל מען פרובירט צו זיין גוט, וויפיל מען פרובירט זיך פארצונעמען אז מען גייט דינען דעם אייבערשטן, זעט מען ווי מען פאלט צוריק און מען פאלט אראפ זייער זייער טיף; בלייבט אבער איין זאך איבער מיטן מענטש, די מויל; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עח), אז די מויל, דאס רעדן צום אייבערשטן - ווערט אנגערופן די מאמע פונעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ירמיהו לא, יט): "כִּי מִדֵּי דַבְּרִי בּוֹ", און אזוי ווי ווען א קינד ווערט שמוציג און עס גייט פון אים א גערוך - טוען זיך אלע דערווייטערן פון אים, נאר די מאמע ווארפט נישט אוועק דאס קינד, די מאמע נעמט דאס קינד, זי וואשט אים, ווישט אים און טוט אים אן שיינע קליידער, אזוי אויך זאגט דער רבי, אמאל פאלט א מענטש אראפ אין א בלאטע, אלע טוען זיך דערווייטערן פון אים, בלייבט אים איבער איין זאך, די מויל; עס בלייבט איבער תפילה והתבודדות, און אז ער ניצט די מויל, ער שרייט פון די בלאטע: "טאטע טאטע, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע" - איז ער זוכה צו ווערן ריין אפגעוואשן, און דערפאר איז שבת 'נחמו' אלץ ביי פרשת 'ואתחנן', ווייל מיט תפילה קען מען זיך טרייסטן.


איך וויל דיר בעטן עפעס גאר פערזענליך, אם ירצה ה' אין א וואך און א האלב מאכן מיר די יערליכע קאמפיין פאר אונזער קהלה און מוסדות, איך דארף די יאר דו זאלסט מיר נישט אפזאגן, איך דארף די יאר דו זאלסט מיר העלפן, די קאמפיין איז מיין פערזענליכע קאמפיין, קיינער זאל דיר נישט פארדרייען דעם קאפ אז דאס האט נישט מיט מיר, כאילו מען מאכט מיר זאגן זאכן, ברוך הוא וברוך שמו אז איך האב נישט קיינער וואס זאל מיר זאגן וואס צו טון, איך האב נישט קיינעם, איך דארף נישט קיינעם, איך האב נאר די הייליגע צדיקים, און נאר זיי זאגן מיר וואס צו טון, און זיי זאגן אז א איד דארף עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און הלואי וואלטן אלע תלמידים עוסק געווען א גאנץ יאר אין גיין נאך געלט, איז כאטשיג יעצט וועלן מיר אלע עוסק זיין אין די הייליגע מצוה פון גיין נאך געלט פאר די מוסדות, פאר די קהילה; איך נעם די קאמפיין זייער פרעזענליך, איך האב א באריכט פון יעדן פון די קהילה וויפיל ער האט אריינגעברענגט פאר יאר, און דורכאויס אלע יארן, און ווען איך זע נעמען וואס ניצן די קהילה און וואקסן אין די קהילה, און עס אינטערעסירט זיי נישט צו גיין נאך געלט פאר די צוועק - נעם איך עס זייער פערזענליך.


איך האב חובות פון מיליאנען דאלער, דאס איז נישט מיינע חובות, דאס זענען דיינע חובות, איך נעם נישט קיין פרוטה פון די מוסד און פון די קהילה, איך בארג די חובות פאר דיר, פאר דיין משפחה, פאר דיינע קינדער און אייניקליך, און איך נעם עס זייער פערזענליך.


זאלסט האבן א פרייליכע שבת.