מכתב יומי
י אלול תשפ"ג
August 27 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
מארגן וועט זיין א חתונה אין ישיבה, אויך מיטוואך; איך וויל בעטן אלע וואס קענען ארויסהעלפן מיט מאכן עסן וכדומה - זאלן זיך מעלדן צו מרת ... תחי'; עס איז א גרויסע זאך אנטייל צו נעמען אין די גרויסע מצוה.
נאר מיט די הילף פון אנשי שלומינו וועלן מיר קענען ווייטער אנגיין מיט חתונות אין ישיבה, מיר האלטן שוין קרוב צו פופציג חתונות; שטעלט אייך פאר, פופציג חתונות איז הונדערט מחותנים; הונדערט משפחות האבן שוין חתונה געמאכט בחינם, און נאר מיט די הילף פון אנשי שלומינו; איינער מאכט א קעיק, א צווייטער א סאלאט, א דריטער אביסל פלייש און קוגל און מען קען חתונה מאכן אן חובות.
איך דאנק אייך אלע פארן מיר העלפן טון און אויספירן מוהרא"ש'ס ווילן.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר גרייטן זיך שוין אויף די נסיעה צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, איך וויל דיר שרייבן עטליכע וויכטיגע פרטים בנוגע די נסיעה:
ערשטנס, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין אויפן ריכטיגן וועג, מיר זאלן אנקומען בשלום מיט די פעקלעך, עס זאל נישט זיין קיין שטרויכלונגען אויף די וועג. מען דארף אסאך תפילה אלעס זאל גיין ווי עס דארף צו זיין, אן תפילה איז מען אין א גרויסע סכנה; מען קען זיך גרייטן, אלעס, אבער אויב מען מאכט נישט קיין תפילה - קען די גאנצע זאך זיין איין גרויסע דורכפאל; נאר תפילה, נאכאמאל תפילה און א דריטע מאל תפילה. הייב אויף דיינע אויגן צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין אנצוקומען בשלום אין אומאן, קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון און זיך דארט קענען אויסגיסן מיין הארץ, איך זאל קענען תשובה טון".
צווייטנס זאלסט זיין זייער פרייליך; ווער עס פארט קיין אומאן אויף ראש השנה - דארף זיך זייער פרייען. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געזאגט, ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה - דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.
דריטנס, עס זאל דיך נישט אנגיין די זאכן ארום און ארום, דער עיקר קום קיין אומאן; וואו דאווענען און וואו איינצושטיין - דאס איז נישט דער עיקר, דער עיקר זאלסט קומען קיין אומאן, זיין ראש השנה אין אומאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.