מכתב יומי
יא אב תשפ"ד
August 15 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס הויבט שוין אן בלאזן די ווינטל פון ראש השנה, די הייליגע חכמים זאגן (תענית לא.): "מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה" פון פופצן טאג אין אב ווערט אפגעשוואכט די הייסקייט פון די זון; דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו זאגט (שער יששכר חודש אב, מאמר יום תבר מגל, אות ד), די הייסקייט פון די זון איז מרמז אויף די קליפות קטב ומרירי, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן מען זאל נישט גיין שפאצירן אין די דריי וואכן ווייל דעמאלט זענען שולט די קליפות, ער זאגט אן אינטערסאנטע זאך, מען זעט אז די פליגן קומען דארט וואו די זון ברענט, אבער ווען עס ווערט קיל אדער אונטער א שאטן - קומען נישט די פליגן, ווייל זבוב איז מרמז אויף קליפות עמלק און עשיו, דאס איז די ראשי תיבות פון ז'כרון ב'ספר ו'שום ב'אזני, און פון ט"ו אב הויבט זיך אן די ימי הרחמים והרצון.
איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן מאכן א חשבון הנפש ווי די יאר איז אריבער. בעט דעם אייבערשטן אויף גוטע חברים, זאג נישט דיר וועט עס נישט שאטן, ביסט נישט קלוגער פון שלמה המלך וואס זאגט אונז (משלי יז, יב): "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ" עס איז בעסער זיך צו באגעגענען מיט א פארציקנדע בער, "וְאַל כְּסִיל" ווי צו באגעגענען א נאר, "בְּאִוַּלְתּוֹ" וואס שפעט און מאכט חוזק; מען קען אלעס פארלירן.
אויך זאלסטו זען דיין ווייב זאל האבן ערליכע און גוטע חבר'טעס; אז דו זעסט אז נאכן רעדן מיט די און די חבר'טעס לעשט זיך אויס די געפיל צו יראת שמים - זאלסטו שיין רעדן מיט איר און איר געבן צו פארשטיין זי זאל נישט האבן מיט די חבר'טעס.
דו זע צו קומען יעדע וואך צום ליל שישי שיעור און אויך זאלסטו אלעס טון אז דיין ווייב זאל הערן די וועכנטליכע פרויען שיעורים, און אז מען דארף האבן ווער עס זאל אכטונג געבן אויף די קינדער - זאלסטו בלייבן אין שטוב זי זאל קענען גיין זיך אנזאפן מיט יראת שמים, מיט חיזוק; קיינער איז נישט נאנט אין היכל הקודש, קיינער איז נישט פארזיכערט, נאר דער וואס לעבט מיט די עצות פון רבי'ן, דער וואס הערט די שיעורים און לערנט די בריוו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.