מכתב יומי

יב אדר א' תשפ"ד

February 21 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען אין חודש אדר, א חודש פון שמחה; מעגסט שוין שמייכלען, מעגסט שוין אויסגראדן די קנייטשן פון דיין שטערן, לאז אפ די עצבות און מרה שחורה, וועסט גארנישט מרוויח זיין פון זיין בעצבות, מיט א לאנגע נאז; געב א שמייכל.


בעט אויף שמחה, ווייל די וויכטיגסטע זאך איז שמחה. מוהרא"ש זאגט (ספר מקור השמחה הודעות נחוצות, אות צא) מען קען זען אויפן פנים פונעם מענטש צי ער איז ביי די קדושה אדער ער דארף תשובה טון; אז מען האט א ליכטיגע פנים - איז א סימן אז דער מענטש איז ביי די קדושה, מען איז דבוק צום צדיק אמת, און חס ושלום אז דער מענטש איז מיט א טונקעלע פנים - איז ער נעבעך פארכאפט ביי די נישט גוטע און ער איז ווייט פונעם צדיק.


בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, און פרוביר מיט אלע כוחות ארויפצולייגן אויפן פנים א שמייכל. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג): "אַנְפִּין נְהוֹרִין" א ליכטיגע פנים, "פָּנִים דִּקְדֻשָּׁה", "בְּחִינַת חַיִּים" - דאס איז א סימן אז מען איז ביי די קדושה, דאס איז לעבן, "אַנְפִּין חֲשׁוֹכִין" און א טונקעלע פנים, "סִטְרָא אָחֳרָא", איז א סימן אז מען איז ביי די נישט גוטע, "בְּחִינַת מִיתָה", מען האט א טויטע לעבן; שמחה איז די וויכטיגסטע זאך און די הייליגסטע זאך, ווען מען איז פרייליך איז מען אפגעהיטן פון עבירות, מען איז אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך און קוק נישט אויף צוריק, קוק נאר אויף פאראויס; אז מען קוקט צוריק איז זייער ביטער, מען ווערט פארשעמט וכו'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "אחורי שם אקיק הוא בגימטריא דם", אז מען שרייבט צוריק צו וועגס דעם שם אקיק, מען שרייבט א' און ווען מען וויל שרייבן די קומענדיגע אות - ה' - גייט מען צוריק צום אות א', מען שרייבט "אה"; און ווען מען וויל שרייבן ווייטער - אות י' - גייט מען צוריק, מען שרייבט "אקי", און אזוי ווייטער, ווען מען וויל שרייבן דעם אות ה' הויבט מען אן "אקיק", איז דאס בגימטריא פיר און פערציג, אזוי ווי דם [בלוט]. דער רבי געבט דאס אונז צו פארשטיין, דער שם אקיק איז דער שם פון תשובה, אהי-ה איז טייטש 'אֲנָא זָמִין לְמֶהְוֵי', 'איך וויל זיין גוט', 'איך גיי זיין גוט', אפילו איך בין נישט גוט, איך בין געפאלן אין עבירות, אבער 'אהי-ה' איך גיי זיין, אבער ווען מען דרייט זיך אוועק פון אהי-ה, מען דרייט זיך אוועק פונעם אייבערשטן - איז דא 'דם' בלוט; בזיונות און שפיכות דמים.


דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער חבר, מיין ליבער ברודער, געענדיגט מיט אחורי אהי-ה, קוק מער נישט אויף צוריק, קוק נאר פאראויס און זאג ארויס צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך גיי שוין זיין גוט", זאג פארן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך הויב אן פון יעצט".


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן און פאלגט דעם רבי'ן, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.