מכתב יומי
יג אב תשפ"ו
July 27 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן, מיר ווייסן פון די עצות, שכל און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, דער רבי לאזט נישט שלאפן און דער רבי לאזט נישט פאלן; מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן נאכאמאל און נאכאמאל ער זאל אונז מקרב זיין צו אים, און אפילו מען זעט ווי מען האלט אין איין פאלן זאל מען נישט אויפגעבן, מיר זאלן וויסן אז די רחמנות פונעם אייבערשטן איז עד אין לשער, דער אייבערשטער האט ליב ווען מען שרייט צו אים.
אמאל איז מוהרנ"ת געקומען צום רבי'ן, דער רבי איז געליגן אין בעט און דער רבי רופט זיך אן (שיחות הר"ן, סימן שב): "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'"; דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג), ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען; אזוי אויך ווען מען שפירט ווי מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, מען פאלט אראפ אין שלעכטע מעשים זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד"; מוהרנ"ת האט זיך אזוי מחי' געווען מיט די פאר ווערטער און געזאגט אז די שיחה איז גאר חשוב און גאר וויכטיג, ווייל אמאל שפירט מען אזוי ווייט, מען שפירט זיך ווי דער ערגסטער מענטש, מען שפירט ווי מען איז אין די בטן הקליפות; זאל מען געדענקען אז אויך פון דארט הערט דער אייבערשטער און עס איז זייער באליבט ביים אייבערשטן.
איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר די יאר אויך העלפן ביים קאמפיין, איך נעם דאס זייער פערזענדליך, איך וויל יעדער אן אויסנאם זאל גיין נאך געלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.