מכתב יומי

יג אדר תשפ"ג

March 06 2023

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר זוכה זיין צו ליינען די מגילה. צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון קריאת מגילה, אז עס לוינט זיך צו זיין דא זיבעציג יאר און ליידן וואס מען ליידט - אבי צו הערן די מגילה.


ווען מען ליינט די מגילה עפענען זיך אויף די הימלען, די טירן פון גן עדן, מען קען זוכה זיין צו ווערן זייער הייליג און נאנט צום אייבערשטן. אלעס ווענדט זיך לויט די הכנה, וויפיל מען גרייט זיך און וויפיל מען בענקט צו די מצוה; דאס בענקען און בעטן: "רבונו של עולם, איך וויל זוכה זיין צו באקומען פון די קדושה פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה"; דורכדעם איז מען זוכה צו גרויסע זאכן.


מען קומט אין שול צו מנחה מעריב מיט שבת'דיגע קליידער און מען פירט זיך צו געבן א מחצית השקל. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה חלק ב', סימן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך געבן שקלים ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע. מען געבט פאר די גאנצע משפחה; פאר זיך, פאר די ווייב און פאר אלע קינדער - דריי האלבע דאלער, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע וואס וויל נאר מאכן פירודים צווישן אידישע קינדער.


א פרייליכן פורים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר אריין אינעם גרויסן טאג פורים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד) דער יום טוב פורים איז אן הכנה צום יום טוב פסח וכו', ווייל "בַּתְּחִלָּה הָיוּ כָּל הַהַתְחָלוֹת מִפֶּסַח, וְעַל כֵּן כָּל הַמִּצְווֹת הֵם זֵכֶר לִיצִיאַת מִצְרָיִם. וְעַכְשָׁו... (וְלֹא סִיֵּם)" און דער רבי האט נישט אויסגעפירט. זאגט רבי נתן (לקוטי הלכות ברכת הריח והודאה ד, אות כה): "וְעַכְשָׁיו כָּל הַהַתְחָלוֹת הוּא מִפּוּרִים", יעצט איז אלעס אנגעוואנדן אין פורים; ווייל אלע צרות וואס א מענטש ליידט - איז פון חסרון אמונה, דאס איז עמלק. די קליפה פון עמלק איז מאכן פארגעסן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (שמות יז, ז - ח): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן", איז דער אייבערשטער דא אדער נישט, "וַיָּבֹא עֲמָלֵק", נאר דורך דעם ליידט מען אלע צרות, און פורים ווען מען מעקט אויס עמלק, מען ענדיגט מיט אלע ספיקות, מען נעמט אריין די אמונה אז 'אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא קיין שום זאך אויסער דעם אייבערשטן' - אזוי איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע צרות.


גיי אין א שטילע ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים אין דיין שפראך, פון דיין פלאץ - פשוט'ע דיבורים. אזוי זאלסטו טון יעדן טאג, וועסטו זוכה זיין צו שפירן א ליכטיגקייט, א זיסקייט אין לעבן.


ביי אונז פאסטן נישט די פרויען און מיידלעך תענית אסתר.