מכתב יומי

יד אב תשפ"ד

August 18 2024

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז חמשה עשר באב, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית לא.) מען זאל מוסיף זיין בתורה, בעט איך דיר זאלסט זיך באנייען מיט לערנען יעדן טאג חומש רש"י, זיי מעביר סדרה איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. אויך זאלסטו זיך צוריק באנייען מיט דיין שיעור משניות, אנשטאט זיצן שעות און קוקן סטעטוס, קליפס, וידיאוס, מאוויס - נעם די הייליגע משניות, דאס וועט דיך אויסוואשן, דאס וועט דיר געבן א ריינע נשמה.


מען פארט שוין כמעט צום רבי'ן אויף ראש השנה, ווי אזוי וועסטו זיך באווייזן פארן רבי'ן מיט אן אנגעפילטע קאפ מיט שטותים? הויב פון היינט אן לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, וועסטו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה מיט א הייליגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.