מכתב יומי
יד חשון תשפ"ז
October 25 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט רופן די ווינטער נעכט: 'די גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די ווינטער נעכט זיך זייער דערנענטערן צום אייבערשטן, מען קען זייער מצליח זיין אין עבודת השם, גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי לערנען און דאווענען, וואס דאס איז די עכטע גאלד; ווייל (אבות ו, ט), מען נעמט נישט מיט אויף יענע וועלט קיין גאלד און זילבער, "אֶלָא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד", נאר די תורה וואס מען האט געלערנט און די מצוות וואס מען האט ארויסגעכאפט בזה העולם; על כן ליבער ברודער, זע אויס צו ניצן די 'ווינטער נעכט' מיט לערנען תורה, מאך זיך א סדר צו גיין שלאפן פרי, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען די הייליגע תורה, און אויב דיר איז גרינגער אויפצובלייבן און לערנען ביינאכט - זאלסטו טון וואס עס ארבעט זיך אויס ביי דיר, דער עיקר זאלסטו אויסניצן די צייט, ווייל ביי איינעם ארבעט זיך בעסער אויס צו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, און א צווייטער, אז ער שטייט אויף גאר פרי - האט ער נאכדעם קאפ וויי א גאנצע טאג, ביי אים ארבעט נישט די וועג, איז בעסער ביי אים אויפצובלייבן ביינאכט און לערנען די הייליגע תורה.
אויך ביי אלע אנדערע זאכן אין עבודת השם טאר מען נישט זוכן נאכצומאכן א צווייטן, און מען טאר זיך נישט צעברעכן פון א צווייטן, און אז מען זעט א חבר איז זייער מצליח אין עבודת השם, ער שטייט אויף גאר פרי דינען דעם אייבערשטן, און מען פראבירט דאס אויך צו טון, און ווען מען זעט אז מען קען דאס נישט נאכמאכן - טאר מען נישט ווערן צעבראכן דערפון, מען דארף דינען דעם אייבערשטן ווי עס איז שייך פאר אים, ווייל יעדער איד האט זיין וועג און זיין נקודה ווי אזוי ער דינט דעם אייבערשטן, וואס א צווייטער קען נישט טון, ווייל יעדער מענטש איז א וועלט פאר זיך, איז נישט מעגליך נאכצומאכן אנדערע, ביי איינעם שיינט צו דאווענען מער שטייט און ביי א צווייטן שיינט מער צו דאווענען בזרירות; אזוי אויך ווען עס קומט צו לימוד התורה, איינעם ציט מער צו לערנען בקיאות, און איינעם ציט מער צו לערנען בעיון; אזוי אויך אין די חלקים פון די תורה, איינער האט א געפיל אין לערנען גמרא, איינער האט מער געפיל אין לערנען שולחן עורך און ספרי שאלות ותשבות, און א דריטער האט גאר מער געפיל אין לערנען אגדה.
ליבער ברודער, הארציגער חבר, ווען דו ווילסט זיך אויפפרישן אין עבודת השם זאלסטו געדענקען אז מען קען נישט קוקן אויף אנדערע, זוכן נאכמאכן אנדערע, מען דארף קוקן אויף זיך און נישט קוקן אויף א צווייטן, נישט ווערן צעפאלן אז מען קען נישט טון ווי דעם צווייטן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לד), יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כא:), אין די צייטן פון אביי און רבא איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול, א גרוס פון הימל; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גרוס פון הימל, און רבא האט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, ערב יום כיפור, און אביי האט געהאט חלישות הדעת דערפון, האט מען אים געזאגט פון הימל: "דו קענסט נישט טון וואס ער טוט"; זעט מען אז יעדער איד האט זיין וועג ווי אזוי ער דינט דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון אים, און אזוי פלעגט דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו זאגן: "ווען איך וועל קומען ביים בית דין של מעלה וועט מען מיך נישט פארהאלטן פארוואס איך האב נישט געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי מיין ברודער דער צדיק רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, מען וועט מיך פארהאלטן אויף וואס איך האב נישט געדינט אזוי שטארק דעם אייבערשטן ווי איך זושא וואלט געקענט דינען דעם אייבערשטן".
דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן אז דו קענסט נישט מאכן וואס דיינע חברים מאכן, דו קוק וואס ארבעט זיך אויס ביי דיר, און אז דו קענסט לערנען ביינאכט - זאלסטו זיך מאכן א סדר צו לערנען ביינאכט, דער עיקר זאלסטו אויסניצן די צייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.