מכתב יומי

יז אייר תשפ"ו

May 04 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


"היום תשמע שועתנו בזכות אדונינו בר יוחאי", היינט איז זייער א הייליגע טאג, מען קען זוכה זיין צו פועל'ן ישועות; די גרעסטע ישועה וואס מען קען פועל'ן איז - מען זאל זיך אויפוועקן פון די שלאף פון נאכלויפן טאג און נאכט די בהמות, זוכן נאך געלט און נאך געלט, און אנהייבן זוכן דעם אייבערשטן.


ווען מען לערנט זוהר זעען מיר דאס ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, נישטא קיין שטיקל אין ספר הזוהר וואס זאל זיך נישט אנהייבן מיט די הקדמה: "זכאין אינון ישראל", וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער, "דקודשא בריך הוא אתרעי בהו", אז דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט, "ובגין דאתרעי בהו קרא לון בנין", און דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער ריפט אונז קינדער; יעדע מאל רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן מגלה זיין סודות הייבט ער אן נאכאמאל מיט די הקדמה, אז דער אייבערשטער האט אזוי שטארק ליב אידן; אויך געפינען מיר זייער אסאך אין הייליגן זוהר דאס גרויסקייט פון א איד ווען ער טוט א מצוה, און ווי גרויס תורה און תפילה איז, ווען א מענטש לערנט תורה ווערט ער זייער באליבט ביים אייבערשטן, און ווען מען דאווענט גייען ארויף די תפילות ביזן אייבערשטן, עס ווערט פון די תפילות א קרוין כביכול פארן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וועקט אונז אויף, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, תורה לכו חזו), רבי שמעון בר יוחאי איז א וואַכעדיגע זאך אזוי ווי עס שטייט (דניאל ד, י): "עִ'יר וְ'קַדִּישׁ מִ'ן שְׁ'מַיָּא נָ'חִת", א הייליגע וואַכעדיגע מלאך איז אראפ פון הימל, דאס איז די ראשי תיבות שמעו"ן; אז דאס איז רבי שמעון בר יוחאי, ער וועקט אונז אידישע קינדער מיר זאלן נישט זיין אזוי פארלאשן פונעם לאנגן טיפן גלות, פון וואס עס גייט אריבער, מען זאל וויסן און גלייבן אז 'דער אייבערשטער האט מיך אויך ליב', און אז 'יעדע זאך וואס איך טו איז חשוב ביים אייבערשטן, און אפילו איך קום נאכנישט אן צו טון די גוטע זאכן, אבער א רצון האב איך, איך וויל טון גוט, איך וויל זיין גוט - איז דאס זייער זייער באליבט ביים אייבערשטן'; אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין הייליגן זוהר (תרומה קנ:): "לית רעותא טבא דיתאביד", קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן, דער אייבערשטער זעט די גוטע ווילן; און אז מען נעמט אריין די לימוד גייט מען ארויס פונעם אייגענעם גלות, ווייל אויסער וואס מיר זענען אינעם גרויסן גלות, בנוסף לזה איז יעדער איינער אין זיין פריוואטע גלות, מען שפירט זיך דערווייטערט, מען שפירט זיך פארטריבן פון די קדושה, מען קוקט זיך אן שלעכט, מען דמיונ'ט זיך אז דער אייבערשטער איז חס ושלום ברוגז, און דורך די לימוד פון רבי שמעון בר יוחאי, דורך די לימוד פון זוהר וואס שרייט אויס נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד – 'יפקון מן גלותא', גייט מען ארויס פון גלות (זוהר פרת נשא, קכד:), און אז אלע וועלן ארויסגיין פונעם אייגענעם גלות, מען וועט לעבן מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה - וועלן מיר ארויסגיין פונעם לאנגן גרויסן גלות במהרה בימינו אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז ל"ג בעומר; וויסן זאלסטו, סיי די וואס זענען זוכה צו זיין אין מירון און סיי די וואס זענען נישט זוכה צו זיין אין מירון - קענען זוכה זיין זיך צו מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און צו זיין אין די מערה.


ווען איך בין געווען פאריאר תשפ"ה אין מירון מיט די בחורים פון די ישיבה אין ירושלים האבן זיי מיר געבעטן איך זאל זיי ווייזן די פתח המערה, די עפענונג וואו מען גייט אריין צו די הייל, די פתח המערה; איך האב זיי געזאגט אז די וועג אנצוקומען אין די מערה איז דורך די מויל, מערה מיינט מען זיין דבוק אינעם אייבערשטן 'מערה' איז א לשון פון באהאפטן אזוי ווי עס שטייט (מלכים א ז, לו): "כְּמַעַר אִישׁ וְלֹיוֹת" וגו', א לשון פון ארומגענומען און באהאפטן; ווי אזוי קען מען זיין צוגעקלעבט און באהאפטן צום אייבערשטן? מיט די מויל, מיטן ניצן די מויל, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פד): "דַּע שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי תְּפִילָה", דער עיקר וואס קלעבט צו דעם מענטש און טוט אים באהעפטן צום אייבערשטן - איז תפילה, דאס איז די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי, דורכן הייליגן זוהר - וואס אויף דעם איז געבויט אלע ספרים פון די הייליגע צדיקים - ווערט מען באהאפטן צום אייבערשטן; ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך וואס מען וויל באקומען, למשל מען ווארט אויף א שידוך און מען בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל מיין שידוך, איך וויל חתונה האבן, איך קען נישט מער זיין אליין", אדער מען בעט אויף פרנסה, אויף געזונט וכו', מען בעט: "הייליגער באשעפער איך דארף פרנסה, איך דארף קינדער" - איז נישט נאר מען איז זוכה צו באקומען די שידוך, פרנסה און קינדער, נאר אסאך מער, מען איז זוכה צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן; ווייל מיט דעם וואס מען בעט דעם אייבערשטן, דאס בעטן אליינס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע אמונה; דאס אליינס איז שוין די גרעסטע ישועה פארן מענטש.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, בעט דעם אייבערשטן: "'חוּס וְרַחֵם נָא עָלֵינוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי', הייליגער באשעפער בזכות דעם הייליגן צדיק העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, מיין לעבן זאל מיר נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; 'רְצוֹנֵנוּ לִרְאוֹת מַלְכֵּנוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי', הייליגער באשפער איך וויל דיך שפירן, איך וויל דיך זען, איך וויל נישט מסיח דעת זיין פון דיר - 'בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי'; הייליגער באשפער איך בין פארזינקען אין מיינע נארישקייטן, איך לויף נאך די געלט, איך לויף נאך מיינע עבירות, וויפיל געלט איך פארדין - דארף איך נאך און נאך, איך פארגעס פון תכלית, איך פארגעס אז איך וועל איין טאג דארפן אוועק גיין פון די וועלט, איך וועל זיין א גוסס, א נפטר, מען וועט מיך אוועקפירן פון מיין אפיס, פון מיין שטוב, מען וועט מיך טראגן ווייט אין פעלד, דארט וועל איך ליגן אליין, און וואס וועל איך דעמאלט מיט נעמען מיט מיר? נאר די גוטע זאכן וואס איך בין זוכה אריינצוכאפן יעדן טאג, מיין ציצית, מיין תפילין, מיין מזוזה, מיין היטן שבת; העלף מיך אייבערשטער איך זאל יעדן טאג גיין אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען אביסל תורה, איך זאל עפענען א חומש און לערנען די פרשת השבוע, חומש תרגום מיט רש"י, מעביר סדרה זיין יעדן טאג לויט די טעג פון די וואך, און לערנען גמרא, משניות, הלכה – 'בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.