מכתב יומי
יז סיון תשפ"ו
June 02 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מען קען נאר מצליח זיין מיט קינדער – אז מען האט זיי ליב, מען האלט פון זיי; אויב מען האט נישט ליב די קינדער, מען האט אייגענע אינטערעסן, מען וויל עפעס אייגענע כבוד וכדומה – קען מען נישט מצליח זיין, די קינדער שפירן דאס, די קינדער כאפן דאס אויף און זיי קענען נישט וואקסן, זיי קענען נישט לעבן; דאס איז נישט נאר מיט קינדער, דאס איז בכלליות מיט אלעמען, מיט חברים, מיט שכנים, משפחה וכדומה, ווי אזוי מען קוקט אויף מענטשן – אזוי ווערן זיי, די סוד האט דער הייליגער רבי מגלה געווען, אז דורך קוקן פאזעטיוו, דורך זוכן גוטס אין א צווייטן – קען מען יענעם אינגאנצן איבערדרייען צום גוטן.
ליבער ברודער, בעט דעם אייבערשטן זאלסט נאר זען גוטס אין אנדערע, און זיכער אין דיינע אייגענע קינדער, זאלסט זיי ליב האבן, זען אין זיי דאס גוטס, און אז די קינדער גייען נישט פינקטליך ווי אזוי מען וויל – זענען זיי נאכנישט שלעכט, און אז זיי טוען נישט פינקט וואס מען זאגט זיי – זענען זיי נאכאלץ גוט און טייער, און אזוי וועלן זיי ווערן נאך בעסער, זיי וועלן מצליח זיין.
דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער. מוהרא"ש האט מיר אסאך גע'מוסר'ט אז איך זאל זען אז אין ישיבה זאל זיין זיין א פרייליכע אטמאספער, ווייל נאר אז די בחורים, די תלמידים - זעען א פרייליכער ראש ישיבה, א פרייליכער מגיד שיעור, א פרייליכער מלמד – זענען זיי גרייט צו מקבל זיין, די הערצער עפענען זיך און מען קען זיי גוט לערנען די שיינע וועג פון לעבן, און אזוי איז אין שטוב, די עלטערן דארפן זען עס זאל זיין געשמאק, פרייליך און לופטיג אין שטוב, אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט.
נאכאמאל, קוק גוט אויף יעדן איינציגסטן קינד, זוך יעדעמ'ס ספעציעלקייט, און געב יעדן באזונדער פריוואט זייער קאמפלימענט, אזוי וועלן זיי וואקסן געזונט.
אויך זאלסטו יעדן טאג מאכן א תפילה פאר יעדן קינד, בעט דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד, אויך פאר די קינדער וואס דו מיינסט אז זיי זענען מסודר; ווייל אן תפילה האט מען גארנישט, אן תפילה איז נישטא קיין הצלחה, און מיט תפילה – זעט מען ניסים, און אויך ווען מען זעט נישט גלייך די ישועה, ביים סוף זעט מען ליכטיגע ערליכער דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.