מכתב יומי

יח אדר ב' תשפ"ד

March 28 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה', געלויבט דעם אייבערשטן איך האב היינט געמאכט פיאות פאר מיין זון יחזקאל נרו יאיר, איך האב אפגעשוירן ביי מיר אין שטוב און נאכדעם געגאנגען אין חדר זאגן די הייליגע א' ב', איך האב ארומגענומען מיין זון מיטן טלית כמנהג ישראל; אכטונג געבן ער זאל האבן ריינע אויגן, נישט זען קיין גוים.


נעכטן בין איך געזעצן מיט די געטרייע אינגעלייט וואס פירן אונזער בית התבשיל אין שטעטל, מען גרייט זיך אויף א גרויסע חלוקה אויף יום טוב פסח; סיי מיטן טיילן עסן און סיי מיטן אויסטיילן קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי אין שטעטל, עס זאל זיין שפע פאר אלעמען.


די ליל שישי שיעור וועט היינט זיין אין שטעטל, אינאיינעם מיט התחלת כתיבת ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבי'ן. מען הויבט אן שרייבן נאך א ספר תורה פאר די קהילה, יעצט שרייבט מען א קלענערע ספר תורה, מען זאל דאס קענען מיט טראגן אלע יארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


אויך וועט מען קענען מיטהאלטן דעם שיוער אין אלע שול'ן; מאנרא, מאנסי, לעיקוואד, וויליאמסבורג און בארא פארק; איך האף דו וועסט קומען זיך אויפפרישן הערן נאכאמאל די זיסע עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז.


איך וויל דיר בעטן, יעצט ווען עס קומט יום טוב פסח און ביי אלע שטיבער ווערט אנגעשטרענגט - זאלסטו רחמנות האבן אויף דיין ווייב; רעד צו איר שיין, פיר זיך אויף ערליך, פיר זיך נישט אויף ווי א שגץ וואס שרייט און זידלט; אין היכל הקודש קענסטו נישט זיין נאר אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב נישט אויף, דראפע זיך און דערהאלט זיך, האב נישט קיין קשיות אויפן באשפער, מיר קענען נישט פארשטיין דעם באשעפער'ס דרכים. פרעג נישט קיין קשיות, יעדע "פארוואס?" איז א קליפה. מוהרא"ש זאגט: "לָמָה" פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגט א גוי; א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט, 'אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ'", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


דאס וואס מיר פארשטייען נישט דעם באשעפער'ס דרכים - דאס איז די שיינקייט און גרויסקייט פון באשעפער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם שבת - פרשת פרה - אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.