מכתב יומי
יח אלול תשפ"א
August 26 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דיין ווייב תחי' בעט איך זאל דיר שרייבן אפאר ווערטער חיזוק אויף שלום בית; זי וויל אזוי שטארק זיין בשלום מיט דיר, זי וויל לעבן מיט ליבשאפט און אלץ ווערט עפעס א רייבעריי צווישן ענק.
א שאד דאס ביסל וואס מען לעבט זאל אריבערגיין מיט קריגערייען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין נט.) עס איז דא א פליג מיט'ן נאמען "בַּקָא", דער פליג לעבט אינגאנצן איין טאג, אנשטאט די פליג זאל זיך פרייען מיט'ן פאָר - קריגן זיי זיך און בלאזן איינער אויפ'ן צווייטן, די נקבה פליג זאגט פאר'ן זכר פליג: "חֲזִיתֵיהּ לְבַר מְחוֹזָא דִּסְחָא בְּמַיָּא וּסְלִיק וְאִיכָּרַךְ בִּסְדִינִין, וְאוֹתִיבַת עֲלֵיהּ וּמְצַת מִינֵיהּ וְלָא הוֹדַעַת לִי", איך האב געזען ווי דו האסט געביסן א מענטש וואס איז געשווימען אין וואסער און דו האסט מיר נישט גערופן איך זאל אויך האבן פון זיין בלוט צו עסן, דערפאר גיי איך נישט רעדן מיט דיר פאר זיבן יאר; די מעשה איז אזוי לאכעדיג, זיי לעבן קוים איין טאג און זיי קריגן זיך פאר זיבן יאר, עס איז לאכעדיג ווען מען הערט עס דערציילן אויפ'ן פליג, אויך איז עס וויינעדיג ווען דער מענטש אליינס פירט זיך אזוי אויף, מענטשן מיינען מען בלייבט דא אויף אייביג, מען כאפט נישט אז דער גאנצער לעבן פליט אריבער אזוי ווי פופצן מינוט, פארוואס זאל מען זיך קריגן?!
היינט נאכט וועט זיין דער וועכנטליכער שיעור, איך בין צוריק אין ישיבה אין וויליאמסבורג; אויך וועט מען קענען מיטהאלטן די שיעור אין שטעטל, מאנסי, בלומינגראוו, לעיקוואוד און טאהש; איך האף דו וועסט קומען צום שיעור זיך אויפפרישן דיין לעבן.
אויב דו קענסט נעמען א פעקל ספרים קיין אומאן פאר הפצה - זאלסטו קומען צו מיר נאכן שיעור.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
אפילו מען האט אייך שלעכטס געטון - זאלט איר יענעם מוחל זיין און נישט האלטן קיין פיינטשאפט, איר דארפט טראכטן אז עס וואלט געקענט זיין טויזנט מאל ערגער.
מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געקומען קיין ירושלים איז ער געגאנגען צום כותל המערבי מיט א באגלייטער, אויפ'ן וועג האט אן אראבער געווארפן אויף דעם צדיק א פארפוילטע מאראנץ (אראנדזש), דער צדיק האט זיך אויסגעדריידט און געזאגט פאר'ן אראבער: "א גרויסן דאנק!" דער אראבער פרעגט: "פארוואס דאנקט איר מיר, איך האב אייך דאך שלעכטס געטון?" זאגט ער אים: "דו וואלסט דאך געקענט ווארפן אויף מיר א שטיין, איך דאנק דיר אז דו האסט געווארפן אויף מיר נאר א פארפוילטע מאראנץ"; דער אראבער האט אים איבערגעבעטן און אים מער נישט געטון שלעכטס.
די מעשה איז א שטארקע שכל; אפילו ווען איינער טוט שלעכטס - זאל מען נישט ווערן ברוגז אויף יענעם, נאר טראכטן: 'עס וואלט דאך געקענט זיין אסאך ערגער', אויב מען ווערט באליידיגט פונעם מאן זאל מען טראכטן: 'עס וואלט דאך געקענט זיין ערגער'; אויב עפעס גייט נישט גוט זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן אז עס איז נישט געפאלן א שטיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.