מכתב יומי

יח טבת תשפ"ג

January 11 2023

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א איד איז קיינמאל נישט אליין, וואו מען געפונט זיך - איז מען מיטן אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות ט, א): "מעשה בספינה אחת של עכו"ם", עס איז אמאל געפארן א שיף מיט גוים, אויפ'ן שיף איז געווען א אידיש אינגל, עס איז געווען א שטורעם, די שיף איז אנגעקומען ערגעץ ווייט אוועק. אלע גויים זענען אראפ פון שיף זוכן עפעס עסן, אבער דער אידיש אינגל, עס איז געווען א שטורעם, די שיף איז אנגעקומען ערגעץ ווייט אוועק, אלע גוים זענען אראפ פון שיף זוכן עפעס אסן, אבער דער אידיש אינגל איז געבליבן אויפ'ן שיף, זענען מענטשן אים געגאנגען פרעגן: "וואס איז מיט דיר, פארוואס גייסטו נישט אראפ קויפן עפעס עסן?" האט ער געזאגט: "איך בין א פרעמדער, איך ווייס נישט וואו צו גיין", האבן זיי געזאגט: "א אידיש קינד איז נישט פרעמד, 'כל אהן דאת אזיל', וואו א איד גייט, 'אלקך עמך', איז דער אייבערשטער מיט אים", אזוי ווי עס שטייט "כה' אלקינו בכל קראינו אליו".


האסט א שווערע מינוט? גייסט אריבער עפעס א שוועריקייט וכו'? עפן דיין מויל, רעד צום אייבערשטן - וועסטו זען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך שרייב דיר נאכאמאל, קוק נישט קיין ניאוף; קוקן ניאוף איז זייער א גרויסע עבירה, אז מען קוקט ניאוף ווערט מען אויסגעריסן פון די וועלט. וועסט פארלירן די וועלט און יענע וועלט, דיין ווייב וועט דיך איבערלאזן, דיינע קינדער וועלן זיך שעמען מיט דיר, דו וועסט ווערן פארשעמט פאר אלעמען.


איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר מיט דיר, פארוואס זאלסטו נישט הערן מיינע רייד וואס איך שרייב דיר און רעדט צו דיר אזויפיל מאל; דו מיינסט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן? "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים", קען זיך דען א מענטש באהאלטן פונעם אייבערשטן? "וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'" און דער אייבערשטער זאל אים נישט זען (ירמיה כג, כד).


נאכדעם וועסטו וויינען אז דו האסט נישט קיין פרוטה צו דיין נשמה? ווען דו אליינס ווארפסט אוועק די שפע, דו טראגסט די שפע צו די קליפות השם ישמרינו; אוי ווי ביטער עס איז אז מען קוקט ניאוף, אוי ווי שלעכט עס ווערט די לעבן אז מען קוקט ניאוף.


איך קען נישט ווייטער שרייבן, פון גרויס צער, ווי איך זע וואס דו טוסט.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער הארציגער ברודער, שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך. בזה העולם דארף מען אסאך חיזוק צו קענען אנגיין בעבודת ה', מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות; וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און בלייבט מיט א שטארקע אמונה.


שטעל זיך אפ פאר א סעקונדע און טראכט: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'.


עפן דיין מויל, רעד ארויס א ווארט צום אייבערשטן, זאג: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער געב מיר כח, אייבערשטער מאך מיך פרייליך".


דאס רעדן צום אייבערשטן געבט שטארקייט, עס בארואיגט; קיין אנדערע עצה איז נישטא.


גלייב מיר, ווער עס נעמט אריין די עצה פון רבי'ן אין זיך - לעבט א חיים טובים, מען לעבט א גן עדן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.