מכתב יומי

יט אדר א' תשפ"ד

February 28 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער מאכט גרויסע ניסים אז מיר קענען אנגיין, באצאלן די איינגעשטעלטע. ווען איך קוק אויף פאראויס - ווערט מיר ממש שווארץ, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וועל קענען ווייטער צאלן די איינגעשטלטע, סיי דא אין אמעריקא סיי אין ארץ ישראל, אבער אז איך קוק אויף צוריק זע איך ניסים ונפלאות, ממש וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן, דעם ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו וואס ער טייטש דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", אז א מענטש וויל זען דעם אייבערשטן, ווי אזוי ער וועט אים העלפן - דאס קען מען נישט זען, אבער אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט ער: "וְרָאִיתָ, אֶת אֲחֹרָי" - קוק אויף צוריק, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר, וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי, לֹא יֵרָאוּ" – וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה? דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף די וואך שבת וועל איך זיין אין ישיבה, אם ירצה ה' קומענדיגע וואך, שבת שקלים, שבת מברכים אדר ב' - וועל איך זיין אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ווייל דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית, און דער רבי געבט אונז א וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן, סימן עו).


דער רבי האט גוטע עצות פאר אונז, מיר דארפן נאר אויסהערן און פאלגן - וועט אונז גוט זיין בזה ובבא. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען שטארבט - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס... דעמאלט וועט ער זייער חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


איך בעט דיר זייער זאלסט באצאלן שכר לימוד, עס איז נישט קיין שפיל, שכר לימוד קומט פאר אלעס. שכר לימוד אז מען צאלט - זעט מען ביי די קינדער נחת, שכר לימוד אז מען צאלט - איז מען מקיים די מצוה פון (דברים ד, ט): "וְהוֹדַעְתָּם לְבָנֶיךָ", שכר לימוד קומט פאר אלע צדקות, פאר וואקאציע, פאר אלצדינג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.