מכתב יומי
יט אדר תשפ"ו
March 08 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ברוך השם מען באקט שוין מצות אין שטעטל, עס איז גאר אנדערש מצות וואס אנשי שלומינו באקן מיט התבודדות, מיט שמחה - ווי אנדערע מצות; מצות וואס דער קנעטער, דער וואסער גיסער, די וועלגערערס, רעדלערס, שיבער - אלע בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט ארויס קומען קיין חמץ, אלע בעטן ביים באקן די מצות, איז זיכער גאר אנדערש.
יעצט אז דו באקומסט צוריק די שטייער פון די גאנצע יאר און בנוסף געבט דיר די רעגירונג א מתנה עטליכע טויזנט דאלער - זאלסטו די ערשטע זאך באצאלן דיינע חובות, עס איז נישט ריכטיג צו זיין א שיינע איד, טיילן צדקות און זיך קויפן טייערע כלים - ווען מען קומט א צווייטן איד אפילו נאר איין פרוטה; באצאל דיינע חובות און לעב א נארמאלע לעבן.
די וואך ענדיגן מיר סדר שמות, מען זעט קלאר אז דער וואס לערנט יעדן טאג חומש מיטן תרגום, דער וואס לאזט זיך נישט נארן, ער טוט וואס צדיקים זאגן, ער איז מעביר סדרה יעדן טאג - דער ענדיגט וואך נאך וואך די פרשה אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפה), און דער וועט קענען טאנצן שמחת תורה, ער וועט ענדיגן חמשה חומשי תורה; זאלסטו נישט זיין קיין בטלן, הייב היינט אן לערנען חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.