מכתב יומי

יט תמוז תשפ"ה

July 15 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען יעצט אין די דריי וואכן וואס מיר קלאגן אויפן חורבן הבית, מיר דארפן זיך שטארקן צו טון די הייליגע זאכן וואס בויט אויף דעם בית המקדש, מיר דארפן פארשפרייטן דעם צדיק פאר די וועלט, עוסק זיין אין צוריק ברענגען נשמות ישראל צום טאטן אין הימל.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דער וואס איז עוסק אין הפצה. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:), "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


טו עפעס פאר הפצה; אדער גיי הפצה אדער נעם בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קאר, און טראג זיי צו פלעצער וואו זיי דארפן אנקומען, און פרעג ביי די קרן הדפסה וואס דו קענסט העלפן אז דו זאלסט האבן עפעס א חלק אין הפצה, ווייל אז מען איז מקורב צום רבי'ן מוז מען טון אין הפצה. רבי נתן זכרונו לברכה דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", דער רבי פלעגט אונז אסאך מאל אנשרייען, פארשעמען און אונז אנרופן: "איר זענט טרוקענע ביימער, ווייל איר זענט נישט מקרב נאך אידישע קינדער צום אייבערשטן"; האלט אין דיין קאר ספרים, קונטרסים וכו' וכו', כדי דו זאלסט שטענדיג האבן מיט דיר ספרים פון רבי'ן צו קענען מחי' זיין נאך א איד, מיט דעם וועסטו אויפבויען דעם בית המקדש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.