מכתב יומי
יט תשרי תשפ"ד
October 04 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד', ג' דחול המועד סוכות, י"ט תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גייסט חול המועד פארברענגען מיט דיינע קינדער - נעם זיך מיט א חומש, א משניות, א תהילים וכו' וכו'; עס זאל נישט אריבערגיין דעם טאג אן לערנען. אויך זאלסטו גיין נאר אויף פלעצער וואו עס איז דא יראת שמים, עס איז אויסגעהאלטן, און מקפיד זיין אויף דאווענען מיט מנין.
פאק זיך איין א חומש, א משניות, לערן בגירסא. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, א וועג צו לערנען; אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען האט נישט די כוחות וכו' - זאל מען לערנען אפילו אן פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו).
מאך זיך נישט צוטון פון די לצים וואס לאכן און שפעטן פונעם דרך הלימוד; אפילו פון די וואס פאררופן זיך אנשי שלומינו, וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און לאכן פונעם סדר דרך הלימוד; דו לערן בתמימות ופשיטות. מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת, אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד', "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ", אויב אזוי פארוואס זאלט איר זיך טענה'ען מיט מענטשן?! "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.
א גוט קוויטל.