מכתב יומי

כ טבת תשפ"ד

January 01 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, שובבי"ם, כ' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלום בית איז נישט דאס ארויסגיין עסן אין טייערע פלעצער וכו', שלום בית איז רעדן שיין, שלום בית איז זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן. שלמה המלך זאגט (משלי טו, יז): "טוֹב אֲרֻחַת יָרָק וְאַהֲבָה שָׁם מִשּׁוֹר אָבוּס וְשִׂנְאָה בוֹ", עס איז בעסער צו עסן אביסל גרינצייג - אן ארעמע מאלצייט - ווען עס איז דא ליבשאפט דארט - ווי שטיקער פלייש און מען האט זיך פיינט.


דיין ווייב דארף נישט זאלסט איר ארויסנעמען וכדומה, א פרוי דארף איין זאך, אז איר מאן זאל רעדן שיין צו איר, און דו זאלסט איר אויסהערן און פארשטיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת", א פרוי וויל ענדערש ווייניג עסן און זיין נאנט מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", ווי איידער אסאך עסן און זיין אפגעטיילט.


נעם אראפ פון דיין טעלעפאן אלע זאכן וואס זענען נישט פאר די ביזנעס; גיי אהיים נאכן ארבעטן און לעב מיט דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו אריינברענגען די שכינה אין שטוב, עס וועט זיין אלע ברכות און אלע ישועות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר נאכאמאל, באצאל שכר לימוד, עס איז נישט גערעכט נישט צו צאלן שכר לימוד, מען מוז צאלן שכר לימוד; גיי יעצט אריבער אין אפיס אדער טו עס דורך אנרופן אויפן טעלעפאן און צאל אפ דיין גאנצע באלאנס.


איך האב גערעדט מיט האברך יצחק נרו יאיר, דער מנהל פון אונזער מוסדות אין ארץ ישראל, ער זאגט מיר אין ארץ ישראל צאלן אלע עלטערן שכר לימוד, אין גם אחד וואס זאל נישט צאלן; איז פארוואס אין חוץ לארץ איז נישט אזוי? מען לאכט זיך אויס פון שכר לימוד! באשעפער אין הימל, ווי אזוי זאל איך באצאלן די איינגעשטעלטע?


עס איז נישט וואר אז מען האט נישט קיין געלט, זאג נישט פאר די סעקרעטערי 'איך האב נישט קיין געלט', זאג, איך לאך מיך אויס פון די מוסד, ווייל דאס איז דער אמת; והא ראי', אויף וואס מען מוז האבן, פאר וואס מען מוז צאלן - האט מען, נאר די מוסד איז א וויץ, די תורה פון די קינדער איז א ווערטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.