מכתב יומי
כ טבת תשפ"ה
January 20 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קשיות מוז זיין, קשיות וועט אלץ זיין, ווייל עס איז נישט מעגליך מיר קליינע מענטשעלעך זאלן קענען פארשטיין רוחניות אלוקותו יתברך. אזוי אויך אויף צדיקים מוז זיין קשיות, און עס וועט אלץ זיין קשיות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן. דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, "אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד, דער רבי האט אבער אויסגעפירט: "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה".
קענסט מיר זאגן וואס פאר א שלעכטע זאך דער אייבערשטער האט דיר געטון אז דו ביסט אזוי ברוגז אויף אים? איך זע דו ביסט געזונט און שטארק, דו האסט אלע אברים; אויגן, א נאז, הענט און פיס, דו אטעמסט, דו רעדסט; וואס ביסטו אזוי ברוגז? וואס ביסטו אזוי פארנומען מיט קשיות? השם ישמרינו.
א דערביטערטער מענטש, א משכיל, וואס האט געליינט פרעמדע ביכער און פרעמדע שכל - איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי נתן און אנגעהויבן פרעגן זיינע שטותים, כלומריש'דיגע קשיות. רבי נתן האט מיט גרויס געדולד אים אויסגעהערט, און ווען ער האט אויפגעהערט רעדן, געבט רבי נתן א קרעכץ און ער פרעגט אים: "קענסט מיר זאגן וואס פאר א שלעכטע זאך דער אייבערשטער האט דיר געטון אז דו ביסט אזוי ברוגז אויף אים? איך זע דו ביסט געזונט און שטארק, דו האסט אלע אברים, אויגן, א נאז, הענט און פיס, דו אטעמסט, דו רעדסט; רבי נתן האט דאס געזאגט מיט אזא אמת אז דער איד האט זיך צואוויינט און ער איז געווארן א בעל תשובה, והבן למעשה.
זיי מחזק דיין ווייב זאל קומען צו די פרויען צאמקום, יעצט שובבי"ם חזר'ט מען די הלכות פון א ריינע שטוב, און אויך גוטע חיזוק; א שאד זי זאל נישט קומען, א שאד דו זאלסט איר נישט העלפן קומען, בלייבן אין שטוב בעביסיטן אז זי זאל קענען שעפן פרישע כוחות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.