מכתב יומי

כא אייר תשפ"ו

May 08 2026

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהר בחקותי, כ"א אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה, אויפן פסוק (ויקרא כה, כ-כא): "וְכִי תֹאמְרוּ מַה נֹּאכַל" וגו', "וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי" וגו', ברענגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, פון זיין הייליגן ברודער רבי ר' זושא, אז מען האט קשיות אויפן אייבערשטן שטעלט מען אפ די שפע, און אז מען האט אמונה, מען גלייבט אז דער אייבערשטער געבט עסן, דער אייבערשטער געבט געלט - איז דא אלע ברכות און אלע ישועות; דארפן מיר זיך שטארקן און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי וועט מען האבן א גוטע לעבן.


אז דו גייסט אריבער עפעס - זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש וואס דו דארפסט פאררעכטן; צום ביישפיל אז דו גייסט אריבער חלישות הדעת - זאלסטו זיך בארעכענען אויב דו האסט איינעם גורם געווען חלישות הדעת, און אז איינער האט דיך פארשעמט זאלסטו טראכטן אויב דו האסט לעצטנס עפעס געזאגט פאר איינעם און יענעם פארשעמט; ווייל אלעס גייט מדה כנגד מדה, ווי אזוי מען פירט זיך מיט אנדערע - פירט מען זיך מיטן מענטש.


שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו דעם; ווייל נאר מיט תפילה, מיט אסאך תפילה - קען מען זוכה זיין צו קומען צו שמחה, וואס ברענגט דעם מענטש צו די קדושה.


א פרייליכן שבת.