מכתב יומי
כב אלול תשפ"ו
September 04 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת איז די לעצטע שבת פון יאר, און אז מיר וועלן די שבת זיין פרייליך און לעבן בשלום מיט אהבה אין שטוב - וועלן מיר פאררעכטן אלע שבתים פון די יאר.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט אלע יארן אונז מחזק זיין אויף דעם, מיר זאלן זיין פרייליך דעם שבת און זיך נישט קריגן אין שטוב און פארמערן ליבשאפט, אזוי וועלן מיר פאררעכטן די גאנצע יאר.
ליבער ברודער, בייג איין דיין קאפ אין שטוב פאר דיין ווייב, טראכט 'איך בייג איין מיין קאפ פארן אייבערשטן, פאר די שכינה הקדושה', און גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת פון זוכן אויפצואווייזן אז דו ביסט גערעכט און זי איז נישט גערעכט, גיי ארויס פון די קטנות הדעת, אלע ווייסן אז דו ביסט גערעכט און אלע ווייסן אז זי איז נישט גערעכט, און וואס איז יעצט? און וואס איז יעצט אז דו ביסט גערעכט? ענדערש זיי א מוותר, ענדערש זיי קלוג און זוך ווי דו קענסט איר איבערבעטן און טרעף אין איר דאס גוטס.
מוצאי שבת וועלן מיר זאגן סליחות, דער מנהג איז אז מען קומט מיט בגדי שבת, מען זאגט סליחות ביי חצות. ברענג דיינע עלטערע קינדער, די קליינע קינדער לייג שלאפן, און בעט זיך אויס א גוט יאר פאר דיר און פאר דיין משפחה, און אויך בעט איך דיר א טובה זאלסט מיך מזכיר זיין אין דיינע תפילות יואל בן רייצא רעכיל, איך דארף יעצט אסאך תפילות, און אויך ביים ציון ביים רבי'ן מעגסטו מיך מזכיר זיין, ווי נישט האב איך א חלק אין דיין קומען צום רבי'ן; זאלסטו בעטן פאר מיר, און איך וועל דאווענען פאר דיר, סיי אין אומאן און סיי ביי אלע תפילות פון די הייליגע טעג און פון א גאנץ יאר.
איך דארף מקצר זיין, א פרייליכן שבת.
א כתיבה וחתימה טובה.