מכתב יומי
כג אב תשפ"ד
August 27 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קוק נישט קיין מאוויס; אפילו די וואס איז נישט קיין פראבלעם אין דיינע אויגן - איז אויך אסור צו קוקן. איך בעט דיר זייער היט דיינע אויגן, היט דיין מח מחשבה, קוק נישט קיין עבירות, רייס זיך נישט אפ פונעם אייבערשטן.
אז מען היט נישט די אויגן - איז מען נאכדעם פוגם בברית רחמנא לצלן, און מען פארלירט אלעס. ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה איז אזוי געפערליך, די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן איז חייב מיתה, רבי יצחק און רבי אמי זאגן: "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, רב אסי זאגט: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; דאס אלעס קומט פון קוקן מאוויס רחמנא לצלן, פון גיין ליידיג, דאס ברענגט צו שלעכטס; גיין ליידיג ברענגט צו עבירות, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיג גיין ברענגט צו אלעס שלעכטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.
נעם א קליינע משניות אנשטאט די סמ'-טעלעפאון, נעם א משניות אנשטאט מישן נייעס, מען פארט שוין כמעט צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה צו באקומען טהרת המוחין, זאלסטו מער נישט קוקן קיין מאוויס וואס שעדיגט די מח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.