מכתב יומי
כד חשון תשפ"ג
November 18 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכים החודש, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ברענג אריין אין שטוב א פרייליכקייט, מאך נישט די שטוב אנגעצויגן, בפרט ערב שבת קודש, דעמאלט זוכט דער שטן צו מאכן מחלוקות אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס ווארפט א שרעק אין שטוב, "סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות רחמנא לצלן.
געב אכטונג אויף דיין שלום בית. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "שלום בית איז זייער זייער וויכטיג, ווייל ווער עס האט שלום בית האט אנדערע מוחין". רבי נתן האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל. דאס איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע טייערע שטיינער וכו', און אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון - וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט נישט צוגעהערט צו די חבירים. שפעטער פלעגט רבי נתן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חבירים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט - וואלט איך נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.
א פרייליכן שבת.