מכתב יומי

כד חשון תשפ"ה

November 25 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בלייב אין שטוב ביינאכט, גיי נישט ארויס, אפילו פאר עבודת השם, דין דעם אייבערשטן אין שטוב; מען קען זיצן אין שטוב און זיך מתבודד זיין כאילו מען איז אין פעלד, אויך קען מען לערנען אין שטוב, מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן אין שטוב מיט העלפן די ווייב, מיט לייגן שלאפן די קינדער, מיט מסדר זיין און אויפרוימען וכו'.


בוי זיך א ב'י'ת' נצחי, לערן יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא; מוהרא"ש זאגט, אז מען לערנט די דריי לימודים - בויט מען זיך א בית נצחי. היינט ענדיגט מען נאכאמאל ששה סדרי תוספתא און מארגן הויבט מען אן נאכאמאל אינאיינעם לערנען יעדן טאג א פרק תוספתא, מוהרא"ש האט דאס איינגעפירט מיט יארן צוריק ביי תלמידי היכל הקודש, צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא.


יעצט איז די צייט צו אינוועסטן אין דעם, ווייל באלד וועט ארויפגיין די פרייז און דו וועסט שרייען 'א שאד איך האב נישט געקויפט און אינוועסטירט ווען עס איז געווען שייך'; אויף יענע וועלט וועט מען שוין נישט קענען אינוועסטירן אין דעם. דו קענסט דאס באווייזן, לערן יעדן טאג א פרק, עס נעמט נישט לאנג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.