מכתב יומי

כד סיון תשפ"ד

June 30 2024

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת בין איך געווען אין שטעטל, עס איז געווען הערליך שיין, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיטן רבי'ן. ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די מרגלים, ווי קען זיין אז די גרויסע מענטשן וואס די תורה זאגט (במדבר יג, ג): "כֻּלָּם אֲנָשִׁים רָאשֵׁי בְנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה" - זאלן אזוי אראפפאלן און צוקומען צו ווערן רשעים, רעדן קעגן דעם אייבערשטן?! נאר מיט די הקדמה, מיטן רבינ'ס ווערטער - קען מען דאס פארשטיין. דער רבי האט דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז), ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל האבן אים די צדיקים תלמידי המגיד ממעזריטש געזאגט, זיי האבן זיך נישט געקענט אויסמאלן איידער זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל - אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליין פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז ווען זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, דאן האבן זיי געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


מיר האבן גערעדט אז דאס קען זיין איז געווען די טעות פון די מרגלים, זיי האבן ערווארטעט צו זען עפעס, און ווען זיי האבן גארנישט געזען פון די חיצוניות האבן זיי חוזק געמאכט (במדבר ג, כז): "וְזֶה פִּרְיָהּ" דאס זענען די פרוכט? אזוי פשוט? און פון דעם זענען זיי אראפגעפאלן.


מיר האבן זיך מחזק געווען, ווען מען וויל זוכה זיין אריינצוגיין אין די קדושה, און דער רבי זאגט טו זאכן וואס זעט אויס פשוט, גיי דאווענען און לערן משניות, זאג גמרא, געב א פרוטה לצדקה; על פי רוב זענען מענטשן מזלזל אין דעם ווייל עס איז נישט אזוי עובד'יש, עס פאסט נישט צו זאגן אביסל תהלים בתמימות ופשיטות, מען זוכט עפעס העכערס, און דאס איז גורם מען זאל אראפפאלן רחמנא לצלן.


עס איז דא אסאך צו דערציילן ווי שיין עס איז געווען דעם שבת. איך בעט דיר זייער זאלסט דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, קום אין שול דאווענען די דריי תפילות, נעם א חומש הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, פון אנהויב וואך - יעדן טאג אביסל, לערן משניות אפילו באמירה בעלמא, אזוי אויך גמרא, ועל כולם גיי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, והעולה על הכל זיי פרייליך שלא עשני גוי - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.