מכתב יומי
כה חשון תשפ"ו
November 16 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ה מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
יעצט מיט אלע חלישות הדעת און בלבולים און מיט אלע שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער, יעצט איז דאס שיינקייט דיינע, ווי דו גייסט אן מיט דאווענען און לערנען, ווייל ווען אלעס איז גוט, מען האט נישט קיין בלבולים, מען האט נישט קיין ספיקות, אלעס גייט גוט, די פרנסה און אזוי ווייטער - איז דאס נישט קיין קונץ.
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק, און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן - דעמאלט וועל איך הנאה האבן".
שלאג נישט קיין קינדער, דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן, אז זיי פאלגן נישט קענסטו ווארטן א טאג און זיי געבן א טאג שפעטער א קנס, צום ביישפיל צוריק האלטן פון קענען שפילן מיט געוויסע טויס אדער אוועקנעמען א גוטע נאש, אבער חס ושלום שלאגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.