מכתב יומי
כה סיון תשפ"ו
June 10 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ה סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
טשעפע נישט דיין ווייב, זיי איר נישט מצער, און זיכער נישט טשעפען איר צניעות, איר איידלקייט; רעד זיך נישט איין אז עס וועט זיין בעסער אז זי וועט זיך טוישן איר לבוש, רעד זיך נישט איין אז דעמאלט וועסטו זיין זאט וכו', עס איז דמיונות; זאט ווערט מען נאר פון תורה און תפילה.
טשעפע נישט דיין ווייב; די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.), א פרוי וויינט שנעלער ווי א מאן, און אז מען טשעפט זיי און זיי וויינען קען דאס זיין א סכנה פארן מאן, מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די הצלחה.
ברודער, היט די אויגן; די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה ב, י): "עֵינָא וְלִבָּא, תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה אִינוּן", די אויגן און די הארץ זענען די מעקלערס פארן יצר הרע; דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, און אז מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט שמוץ - פאלט מען אין פגם הברית רחמנא לצלן, און נאכדעם פאלט מען אין עצבות און מרה שחורה, מען פארלירט די שלום בית, מען פארלירט די הצלחה.
דיין פראבלעם איז נישט דיין ווייב וכו', דיין פראבלעם איז דיינע אויגן וואס זענען הפקר; אז דו וועסט פארמאכן די אויגן, מער נישט קוקן עבירות - וועט דיין ווייב צוריק באקומען ביי דיר די חן; כל זמן דיינע אויגן זענען הפקר - איז נישט מעגליך עס זאל זיין שלום בית.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.