מכתב יומי
כה תמוז תשפ"ו
July 10 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, מברכין החודש, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען זיין פרייליך שבת, הייליגער באשעפער, נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה, הייליגער באשעפער, העלף מיר, געב מיר שטארקע נערוון, איך זאל נישט ווערן צעדרודלט און צעשטרודלט פון מיינע קינדער און פון מיין טייערע ווייב".
די וואך שבת איז א ספעציעלע וואך, מיר ענדיגן ספר במדבר, און מיר גייען שרייען אין שול: "חזק חזק ונתחזק!" מיין ליבער ברודער, איך בעט דיר: פארוואס זאלסטו נישט יעדן טאג לערנען אביסל חומש, שנים מקרא ואחד תרגום; טייל היינט די פרשת השבוע לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, וועסטו זוכה זיין אז דו וועסט האבן א הייליגע מח.
מוהרא"ש ברענגט פון צדיקים, אז ווער עס לערנט יעדן טאג חומש רש"י - פארטרייבט דעם יצר הרע; דאס איז אויסער דעם וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, וואס די הייליגע חכמים זאגן אין מסכת ברכות (ח.): "כָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו".
דאס איז א חיוב, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף א). "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם", א מענטש איז מחויב יעדע וואך צו לערנען שנים מקרא ואחד תרגום פון די פרשה פון די וואך, "שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר", ווייל יעדער איינער וואס איז מעביר סדרה די פרשה פון די וואך - "מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", איז זוכה צו האבן אריכות ימים.
בלייב נישט אין שטוב שבת, גיי אין שול דאווענען אלע דריי תפילות מיט מנין, דער הייליגער רבי זאגט אין ספר המדות (אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת", ווער עס האט א שול אין זיין שטעטעלע, "וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל", און ער גייט נישט דאווענען, "גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", איז ער גורם פאר זיינע קינדער א גלות לעבן; די קינדער וועלן זיך וואלגערן, די קינדער וועלן נישט האבן קיין אידישע ערליכע געזונטע לעבן, און אפילו עס איז דיר שווער, די זמן איז שפעט, עס איז פון די שפעטסטע זמנים אין יאר, און עס קומט אויס אז מען דאווענט גאר שפעט, און דו שפירסט אז דו ווילסט דיך נאר אביסעלע צולייגן, און נאכדעם בלייבסטו שלאפן אינדערהיים; טו דאס נישט, גיי אין שול דאווענען, גיי אין שול אפילו עס איז הייס, גיי אין שול אפילו עס איז דיר נישט באקוועם, גיי אין שול אפילו דו האסט נישט קיין חברים דארט, גיי אין שול פאר דיר, פאר דיין נשמה, פאר דיין נצחיות און פאר דיינע דורות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.
אויך ביי די סעודה ווען דו זיצט מיט דיינע קינדער זאלסטו זען אז עס זאל זיין זייער פרייליך, געב זיך אכטונג אז עס זאל נישט זיין אנגעצויגן, אז דיינע קינדער זאלן ליב האבן שבת, ליב האבן דיך, ליב האבן די משפחה.
זאלסט האבן א פרייליכע ליכטיגע שבת!