מכתב יומי

כה תשרי תשפ"ה

October 27 2024

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען הויבט היינט אן די נייע כיתות אין תלמוד תורה, זע צו שיקן דיין קינד מיט אלע ספרים וואס ער דארף האבן; זיי נישט פויל, און גארנישט זאל דיר זיין חשוב'ער ווי דיין זונ'ס לערנען תורה, ווייל לעולם וואלסטו געדארפט זיצן מיט דיינע קינדער א גאנצן טאג לערנען תורה, מקיים זיין די מצוה פון "ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם", נאר מען קען מאכן א שליח, דער מלמד זאל לערנען, און אזוי איז מען מקיים די מצוה, אבער א שליח דארף מען מאכן, מען דארף זיך וויסנדיג מאכן, זאלסטו אים קויפן די ספרים וואס ער דארף, א סידור וכו'.


לויב אויס די נייע מלמדים און לערערינס פאר דיינע קינדער, און אז דיין קינד וועט היינט אהיים קומען מיט א לאנגע נאז, באבלאזן, עפעס חוזק ווערטער אויפן מלמד - זאלסטו נישט זיין קיין קליין קינד און מיט זינגען זיין ניגון און חוזק מאכן, נאר זיי קלוג און זאג אים: "דו האסט די בעסטע מלמד", און "דו האסט די בעסטע טיטשער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט זוכה געווען צו אזעלכע שיינע הייליגע טעג, דארף מען עפעס טון צו בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע טעג, מען דארף זיך מאכן שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים. דער צדיק איז קדושת יום טוב, אזוי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלה): "כִּי עִקַּר יוֹם טוֹב תָּלוּי בַּצַּדִּיקִים", ווייל דער עיקר פון די ימים טובים איז ארויסנעמען די מלכות דקדושה פון די קליפות, און דאס טוען די הייליגע צדיקים, און אז מען לערנט זייערע ספרים, מען טוט זייערע עצות - איז מען זוכה צו האבן א גאנץ יאר אלע ימים טובים.


מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, און נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן", ווער עס וועט זיך אוועק זעצן לערנען זיין ספר נישט פאר קיין נצחון און נישט יענעם צו טשעפען, "וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", און ער וועט אריין קוקן אין זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים זיכער עפענען אלע פארשטאפטע אדערן, דער רבי האט געזאגט דעם לשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען".


אפילו דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער, און אזוי זאלסטו אויך טון מיט ספר חיי מוהר"ן און ספר שיחות הר"ן, דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן", ביז דו וועסט ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


מארגן וועט זיין א פרויען צאמקום, עס וועט זיין פיינע דיבורים; טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען. גלייב מיר, עס איז נאך וויכטיגער ווי אז דו זאלסט גיין דא און דארט, לייג אלעס אין דער זייט, גיי אהיים, זיי מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צייטליך זיך אביסל דערקוויקן מיט די נחל נובע מקור חכמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.