מכתב יומי
כו אדר תשפ"ה
March 26 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אלע יארן העלפסטו מיר, דו נעמסט צאם צדקה פון אנשי שלומינו און פון די וואס האבן א געפיל פאר אונזערע מוסדות, א גאנץ יאר שטופט מען אפ דאס באצאלן, אבער ווען עס קומט פסח - וויל איך אלעמען באצאלן.
אלע יארן טראכט איך 'הלואי וואלט איך געקענט צולייגן נאך אפאר דאלער פאר יעדן מלמד לכבוד פסח', און ביז דערווייל איז מיר דאס נאכנישט געלונגען צו טון, ווייל קוים וואס מיר זענען מצליח צו באצאלן וואס מען קומט זיי. אפשר די יאר פסח - הבא עלינו לטובה - וועסטו מיר קענען העלפן צאמנעמען צדקה, מיר זאלן קענען סיי באצאלן אלע מלמדים און אלע טיטשערס, און סיי קענען צוגעבן אפאר דאלער לכבוד יום טוב. שוין פון חנוכה האבן מיר נישט מצליח געווען די יאר צו באצאלן די טיטשערס, און אויך די מלמדים האבן מיר באצאלט מיט געלט וואס דארף ווען גיין פאר די מוסד; ווי למשל, א גאנץ ווינטער זענען די עלטערן פארפרוירן געווארן פון שטיין אין די קעלט, און מיט א קליינע מאשין וואס רופט זיך א טרעקער - וואלט מען געקענט בלייבן אין שטוב און אריינרופן די טעלעפאן פראגראם און וויסן וואו די באס האלט, דאס קאסט אפאר טויזנט דאלער, און דער אדמיניסטראטער רפאל וואלט ווען געדארפט קויפן די מאשין צו מאכן באקוועם פאר די עלטערן, אבער ער האט דאס גענומען צו באצאלן די מלמדים, (דאס אלעס שרייב איך דיר ווייל דו זאגסט מיר אז מען זאגט דיר אז די מוסד געבט זיך סוף כל סוף אן עצה...).
... נרו יאיר, איך בעט דיר זייער, עס איז נאך געבליבן אפאר טעג ביז יום טוב, לייג אלעס אין דער זייט און יעצט טו די מצוה, נעם צוזאם צדקה פאר די מוסד.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
העלף אריינברענגען דעם פסח אין שטוב, העלף דיין ווייב, בעיקר זאלסטו איר געבן גוטע ווערטער און איר אויסהערן, ווייל דאס איז וואס געבט כח פאר די פרוי, ווען זי שפירט אז דער מאן הערט איר אויס און איז איר מחשיב.
זע אין די טעג זיך צו שטארקן מיט שמחה, זוך נישט קיין חומרות, זוך נישט קיין חכמות, זוך ווי דו קענסט מער זיין פרייליך, ווייל דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה), ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים נאר פאר אונז מענטשן לויט דעם וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין; דאס איז לגבי סתם חומרות, אבער אפילו אויף דאס וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין בספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה וואס אין דעם וועט ער זייער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', אזוי ווי מען זעט אין די גמרא (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי' וְכוּ'", מיט דעם אלעם זאגט דער רבי אז מען מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, מען מיינט נאר צו זאגן אז ער זאל נעמען איין מצוה וואס אין דעם מצוה זאל ער מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות. הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.
אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צו קומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען קוואל וואסער, ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליין".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.