מכתב יומי

כו אייר תשפ"ו

May 13 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען שוין זייער נאנט צום גרויסן טאג, דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה; איך וויל דיר בעטן עפעס וואס ליגט מיר אין הארץ, איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן און טעבלעט אויף וואס דו קוקסט קליפס, סטעטוס וכו' וכו'; דיין שלום בית, דיין שמחת החיים - וועט צוריק קומען, ווייל דורכדעם וואס מען היט נישט די אויגן, און דורך הערן ליצנות, ניבול פה, פארלירט מען די שידוך, מען פארלירט די שלום בית; אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ספר חסידים, סימן שפז), עס איז געווען א מענטש וואס האט אסאך געפאסט אז ער וויל חתונה האבן מיט א פרוי וואס ער האט ליב, ער האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף די שידוך, און מען האט נישט אנגענומען זיינע תפילות מיט זיינע תעניתים, ער האט זיך געוואונדערט פארוואס ער האט נישט באקומען די שידוך אויף וואס ער האט אזויפיל געבעטן, "אָמַר הַחָכָם", האט אים דער צדיק געענטפערט: "מִפְּנֵי שֶׁאַתָּה צוֹפֶה בַּנָּשִׁים", ווייל דו קוקסט אויף פרויען, דעריבער האט דער אייבערשטער דיר נישט נאכגעגעבן דיין געבעט, "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן, דעריבער האסטו באקומען אן אנדערע שידוך, אן קיין חן.


אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין טעבלעט און סמארטפאון וכו' און דו וועסט תשובה טון, דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו זוכה זיין צו א שטארקע אמונה, די לעבן וועט דיר זיין זיס און געשמאק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לא), אויפן פסוק (תהלים פט, כט): "ובריתי נאמנת לו", אז ברית און אמונה גייען אינאיינעם, און אז מען איז חס ושלום פוגם בברית, מען טוט עבירות, מען קוקט עבירות - פארלירט מען די אמונה; מען קען נישט שפירן געטליכקייט ווען די מח איז פארשמירט מיט עבירות, ווייל ווען מען פארשמירט די אויגן - פארלירט מען די מוחין, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף קי): "סילוקא דיסודא עד אבא ואימא", אז מען איז פוגם ביסוד ווערן די מוחין מקולקל, מען פארלירט די מח, מען זעט מער נישט אלקות, מען שפירט מען נישט אלקות, אלעס ווערט פארלאשן.


עס קומט אזא הייליגע יום טוב, מיר קומען נענטער און נענטער צום בארג סיני, מיר גייען זוכה זיין צו הערן נאכאמאל די עשרת הדברות, אבער מען דארף אוועק ווארפן די טויטע שרצים, די הייליגע חכמים זאגן (תענית טז:): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", ווען א א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך מיט א שרץ אין האנט, וועט ער בלייבן טמא, נאר אויב ער לאזט אפ דעם טויטן שרץ - קען ער ווערן טהור, אבער כל זמן ער האלט אן דעם שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין אלע וואסערן, בלייבט מען טמא; בעט איך דיר, ווארף אוועק די שמוציגע טעלעפאן, מי יודע, ווער ווייסט צי אלעס וואס דו גייסט אריבער וכו' - איז נישט פון דעם וואס די אויגן זענען הפקר רחמנא לצלן...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.