מכתב יומי
כו טבת תשפ"ה
January 26 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר זענען אין די דריטע וואך שובבי"ם, דער אריז"ל האט מגלה געווען וויפיל מען דארף פאסטן צו מתקן זיין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מיר האבן נישט קיין כוחות צו פאסטן, און אויך דער רבי האט אונז געזאגט נישט צו פאסטן, אונזער תיקון שובבי"ם איז קומען אין שול יעדן טאג דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם, ווער רעדט נאך אז מען קען זיך טובל'ן; דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם.
אמאל איז געווען די עבודות פון האקן אייז, ברעכן אייז - זיך צו טובל'ן; היינט איז אויך דא די שווערע עבודה, היינט איז די אייז אין הארץ, אין קאפ; מען איז קאלט, מען איז פויל, מען איז זייער באקוועם, און אז מען גייט אין מקוה, אין א הייסע מקוה, אפילו ווען די הארץ און די מח איז אייז קאלט, מען צעברעכט די אייז - דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם.
ביים דאווענען זאלסטו זיך איבערדעקן מיטן טלית און זיך פארשטעלן ווי דו ביסט אין א ליידיגע פעלד אין א וואלד, ווייט אוועק פון מענטשן, דו האסט נאר דעם אייבערשטן, און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. בעט אים פאר אלעס וואס דו גייסט אריבער, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס, זאלסט גארנישט באהאלטן פון אים, בעט זיך ביים אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.